🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' וואלף הי"ו בן הר"ר אהרן יוסף בערגער שליט"א - יד ימינו הגאון הגדול דומ"ץ ק"י שליט"א, נעכטן אויפדערנאכט אין קרית יואל. ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = דאנערשטאג פרשת נשא א' - עריו"ט שבועות =
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א, וואו דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם.
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען ניגוני הכנה לקבלת התורה, דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה הכנה צום דערהויבענע יו"ט שבועות אין וועלכע מען טרעט יעצט אריין, און מעורר געווען די בחורים זיך צו צוגרייטן בתורה ועבודה, און דערביי עקסטער שטארק ארויסגעברענגט פאר די בחורים זיך צו משתתף זיין ביים סדר הלימוד וועלכע איז געווארן אוועקגעשטעלט דורך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צו לערנען צוויי שעה פארן דאווענען יום ב' דיו"ט, און דער רב האט מסיים מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אום 1:45 איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים, דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און פארגעלערנט א שיעור סוגיא בהלכות טבילת כלים ביו"ט וואס ווערט געלערנט יעצט אין ישיבה, נאכן שיעור האבן זיך די בחורים מפלפל געווען מיטן רב פאר א שטיק צייט, מען האט געענדיגט ארום 2:45 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן משך יו"ט שבועות בצל הקודש פון מר אביו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ארום 9:45 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א צו תפילת מעריב, און געציילט ספירה פארן עמוד.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל אליעזר בלוישטיין הי"ו אין די זאלן פון גני קליין, און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' וואלף בערגער הי"ו אין די זאל פון פילמער גארדנס.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ח פסוק י"ז.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 5:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען צום מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' - שכונת סאוט סייד, בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער רב איז אריין אין די מקוה און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט, און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', דערנאך האט דער רב געגאסן די מקוה, און דערנאך מכבד געווען הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק'.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א, פאר די נדבנים, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי חיזוק פאר די עסקנים העוסקים במלאכת הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 8:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
דער רב האט זיך באטייליגט ביים סעודת החתונה פון החתן בן מוה"ר פישל לעבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר זלמן לייב קלעפנער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יושע שלמה מערץ הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"ה הערשקאוויטש הי"ו אין די זאל פון פרדס צבי.
🌴בצל מורינו🌴 הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים פארן מקוה טהרה החדש 'בילא פיגא' דקהילתינו הק' שכונת סאוט סייד וומ"ס היינט אין די נאכמיטאג שעה'ן. ~🌴~
אין די פארטאגס שעה'ן איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 8:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
שפעטער האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"ד פריינד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"מ כ"ץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"ד פריינד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"מ כ"ץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול, ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי, ארום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מוסף אין חדר זכרון זאב.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ס"א ע"ב - ס"ג ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00 און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 8:45 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה אין די זאלן פון אולם פרענקל, ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' אברהם יואל שטערן הי"ו באולם שע"י ביהמ"ד בנין בראך דקהלתינו הק', און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"א ביקעל הי"ו און מוה"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו, אין די זאל פון אפפעל גארדן, דער רב האט געליינט תנאים.
ערש"ק ארום 8:35 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר אברהם יצחק ליכטנשטיין הי"ו, און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 9:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 12:05 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו, דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און זיך געשטעלט אויפ'ן מדרש 'מה ראוי אלו להתקרב יותר מאלו' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, קה אכסוף: מוה"ר משה אלכסנדר עקשטיין הי"ו, ויהיו רחמיך: מוה"ר שמעון שטערן הי"ו.
דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגוני תורה און ניגוני הכנה ליו"ט שבועות הבעל"ט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
נאכ'ן בענטשן האט דער רב דערציילט עובדות וספירים פון הרה"ק המנחת אלעזר זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - ב' סיון, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
אז ביום השביעי: מוה"ר יואל משה פישביין הי"ו, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 1:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר יואל בר"ב שטערן הי"ו, צו שחרית איז צוגעגאנגען מוה"ר יעקב גליק הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: מוה"ר יושע שלמה מערץ הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: מוה"ר יעקב גליק הי"ו, לוי: מוה"ר יעקב בנציון ווערצבערגער הי"ו, שלשי: החתן ב"ר יושע שלמה מערץ הי"ו, רביעי: מוה"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, חמישי: מוה"ר דוד הערש מערץ הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: מוה"ר ישראל יעקב ראכליץ הי"ו, אחרון: מוה"ר שלמה יעקב מערץ הי"ו, מפטיר: מוה"ר שלמה גליק הי"ו, הגבה: מוה"ר יואל בערקאוויטש הי"ו, גלילה: מוה"ר נתנאל ברוין הי"ו, נאכן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התלהבות.
צו מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= רעוא דרעוין =
ארום 8:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, עס איז צוגעגאנגען צום עמוד מוה"ר חיים הערש גאלד הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: מוה"ר אברהם שלמה דרעזנער הי"ו, לוי: מוה"ר חיים בראך הי"ו, שלישי: מוה"ר יוסף לעווי הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען מוה"ר חיים אלעזר שפיטצער הי"ו, שיר המעלות: מוה"ר יואל יצחק גרינוואלד הי"ו - ק"י.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות.
ידיד נפש: מוה"ר אברהם שלמה דרעזנער הי"ו, קל מסתתר: מוה"ר אלעזר מוזקאפף הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר זושא רובין הי"ו, און דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א צום וועכענטליכע שבת אחים.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שבת, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה לשבת קודש, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב, און דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ארום 6:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר דוד ארי' בביהמ"ד הגדול - ק"י.
דערנאך איז דער רב אהיימגעפארן לביתו אין וומ"ס.
אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א באנקעט 'מסיבת אל"ף' לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק פאר מתפללי ביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק', דער רב האט משמיע א דרשה ארויסברענגנדיג די געוואלדיגע חיזוק וואס מען העלפט ארויס די עסקנים מיטן אריינברענגען טויזענט דאללער יערליך וואס דאס טוט פארגרינגערן די עסקנים מיטן שאפן די שווערע געלטער צו קענען דעקן דעם ריזיגן בוזשעט וואס די מוסדות טראגן, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תומכים, דער רב האט זיך משתתף געווען אינעם קאמפיין און דערנאך פארלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איז אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורות הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכן דאווענען האט דער רב פארגעלערנט א תהלים שיעור אויף קאפיטל ס"ח פסוק י', און ארומגערעדט איבער די גרויסע הכנה וואס מען דארף מאכן צום יו"ט שבועות הבעל"ט וואו מען וועט פון פריש זוכה זיין צו קבלת התורה און ארויסגעברענגט די אהבה וואס דער באשעפער האט צו די אידן וואס צוליב דעם האט אונז דער אייבערשטער געגעבן די תורה.
דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט ארום 10:10 איז דער רב אנגעקומען צו די זאל פון קאנטינענטאל וואו עס איז פארגעקומען די מסיבה 'לגיון של מלך' לטובת מוסדות יטב לב פאר די הונדערטער אברכים צעירים וועלכע האבן חתונה געהאט אין די פארלאפענע פינף יאר, דער רב האט משמיע געווען א דרשה ארויסברענגנדיג די וויכטיגקייט פון שטיצן מוסדות יטב לב און די גרויסע השפעות וואס קומען פאר די אלע וואס העלפן די מוסדות בארה"ק און געענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 10:40 איז רבינו שליט"א ערשינען צום מעמד, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו דער רב שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף יעדן מאנ"ש צו זעהן אז מוסדות יטב לב זאל זיין אוועקגעשטעלט מיט א פעסטע יסוד, און אויפגעפאדערט אלע אינגעלייט מען זאל זיך מקבל זיין צו געבן אדער שאפן לכה"פ טויזענט דאלער א יאר פאר מוסדות יטב לב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע אינגעלייט און עקסטער פאר בנו דער רב און פאר די ראשי עסקנים נגידי אנשי שלומינו וועלכע האבן גענומען אויף זיך די קאמפיין לטובת מוסדות יטב לב. דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע אינגעלייט אריבערצוגיין איבערגעבן פערזענליך די שטר התחייבות פאר רבינו שליט"א און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער, ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט.
אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ארום 8:50 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין ביהמ"ד הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל ברפ"ש פריינד הי"ו און מוה"ר אברהם יששכר כייעם הי"ו, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר בנימין זאב ענגלענדער הי"ו און הרה"ג ר' אברהם חיים מוטצען שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, אין די זאלן פון אולם פרענקל, דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א באנקעט 'מסיבת אל"ף' לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק פאר מתפללי ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק', דער רב האט משמיע געווען עטליכע טרעפליכע ווערטער ארויסצוברענגן די געוואלדיגע זכיה פון שטיצן דעם הייליגן קאסע וואס איז געעפנט געווארן דורך דער רבי ז"ל מחזק צו זיין מרבצי תורה עניי ארה"ק, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תומכים, דער רב איז ארומגעגאנגן אנווארעמען די משתתפים און דערנאך פארלאזט אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף נ"ז ע"ב - ס"א ע"א, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יחזקאל מוזקאפף הי"ו אין די זאל פון ריווער טערעס.
ארום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פרענקל הי"ו, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר וואלף בער שטעסל הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יחזקאל טעללער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף א ניחום אבלים אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך שפירא הי"ו.
אום 9:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג.
שפעטער איז דער רב אריבער אויף א ניחום אבלים ביי משפחת פראנצויז היושבים ע"פ הרה"ח ר' דוד פראנצויז ע"ה, דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת פעקעטע היושבים ע"פ הרה"ח ר' שלום פעקעטע הי"ו.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה צו תפילת שחרית, ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מ'האט געזינגען ניגוני שבת קודש, דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה, און דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה בדברי מוסר וחסידות משולב בדברי תורה על פרשת השבוע ובענינים העומדים על הפרק, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מ'האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין קרית יואל.
ארום 8:15 פארנאכטס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל, דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי', און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 8:40 איז דער רב אנגעקומען אויף א קביעת מזוזה ביי האברך ר' משה דוד בן הרה"ח ר' יעקב טעללער הי"ו, דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויפ'ן הויפט אריינגאנג, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
ארום 9:10 איז דער רב אנגעקומען אין די זאל פון בית רחל פאראדייס צום מסיבה 'לגיון של מלך' פאר אלע אברכים צעירים תושבי קרית יואל לטובת מוסדות יטב לב, ביים אנקומען האט הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א פייערדיגע דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט דעם שטארקע קשר וואס מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט געהאט צו מוסדות יטב לב און די רצון וואס ער האט געהאט אז דאס זאל אנגיין מיט א שטארקייט, און אזוי אויך די קשר דערצו פון די ממשיכי דרכו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע ולהבחל"ח כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס איז די שטערקסטע צדקה פון אלע צדקות און דאס דארף זיין הייליג ביי אלע תלמידי וחסידי סאטמאר, און ממשיך געווען מיט די זכיה וואס די חשוב'ע אברכים האבן מיט דעם וואס זיי גייען שאפן געלט פאר דעם הייליגן צוועק, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 10:30 האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ישראל דוד שטערן הי"ו - וומ"ס, און מוה"ר ליפא לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון שאפינג צענטער.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר אברהם יעקב בביהמ"ד הגדול קרית יואל, נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש.
🌴בצל מורינו🌴 = דינסטאג פרשת בהר - בחוקותי ~ יום ל"ג בעומר =
אינדערפרי איז דער הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אינעם בנין פון ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תלמידי הישיבה פון סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און פון סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון ביידע סניפים, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און ארויף אויפ'ן ארון הקודש וואו דער רב האט משמיע געווען דברי פתיחת הזמן פאר די תלמידי הישיבות, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ריכטיגע צוגאנג פון א בחור צו די ישיבה יארן און וואס מען קען אלץ עררייכן אין אט דעם זמן, און ספעציעל אין דעם מקום תורה וואס האט אין זיך אלע מעלות שמנו חכמים צו קענען וואקסן און שטייגן אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
נאכ'ן פארענדיגן דעם דרשת פתיחת הזמן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות פון ביידע סניפים אויפ'ן וועג צום בנין פון ישיבה קטנה סניף שביל התורה וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לכבוד היום, דער רב האט זיך געוואשן און טועם געווען חלה, מ'האט אויפגעגעבן פיש און די איבריגע מאכלי הסעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני קודש און באזונדער האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד המעמד.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די קשר אהבה מיט די צוויי ישיבות און וויפיל כוחות ס'ווערט אריינגעלייגט פון זיין זייט אז זאכן זאלן קלאפן על צד היותר טוב, און ארויסגעברענגט אז דעם ישיבה איז חיבה יתירה נודעת להם אז ס'איז ווי כאילו ביי מיר אינדערהיים, און טאקע דערפאר קען מען דא האבן א געוויסע שפראך און אן אופן הדיבור והתנהגות אנדערש ווי אין אנדערע פלעצער ווייל ס'איז אזויווי א מענטש ביי זיך אינדערהיים, דערביי האט דער רב אויפגעפאדערט אז די בחורים פון זייער זייט דארפן אויך האבן דעם זעלבן געפיל און יעדער זאל זיך שפירן אינדערהיים און דורכדעם וועט מען קענען שטייגן למעלה מן המשוער, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז דאס קומט צוזאמען מיט דעם אז אלעס וואס טוט זיך אפ בין כותלי הישיבה איז געמאכט געווארן און אהערגעשטעלט פאר די בחורי חמד און נישט פאר די דרויסענדיגע גאס, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען געזינגען די זמירות לכבוד ל"ג בעומר בשעת דער רב קאכט אריין ברגש דקדושה, מיטן זמר בר יוחאי האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה, מיטן זמר ואמרתם כה לחי האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל סניף שביל התורה.
דערנאך האט מען געבענטשט, מיט'ן בענטשן האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א - ר"מ בסניף דרך התורה ומשפיע רוחני בקהילתינו הק' מאנסי, מ'האט געענדיגט ארום 2:15 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע בראך הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מרדכי יודא שווארץ הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר משה לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים סעודת החתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל משה שטוהל הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר משה מתתי' מערץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג צום עריכת שלחן הטהור פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, דער רב האט זיך געוואשן און מיטגעהאלטן דעם גאנצן טיש.
נאכ'ן טיש האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יצחק טאמבור הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים יושע בראך הי"ו עב"ג הכלב בת מוה"ר שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דרבינו תם און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די פריע נאכמיטאג שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל צום מעמד הדלקה וואס איז פארגעקומען ליל ל"ג בעומר על יד בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל בראשות אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, ארום 4:00 נאכמיטאג איז רב אנגעקומען לביתו אין קרית יואל.
ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען צום מעמד הדלקה במקהלות רבבות אלפי ישראל, ביים אנקומען האט דער רב זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א און געגעבן מזל טוב לרגל די שידוך שליסן פון נכד רבינו החתן בן אחיו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' משה הורוויץ שליט"א חתן אב"ד דקהלתינו 15'טע עוו. שליט"א, דערנאך האט דער רב מיטגעהאלטן דעם גאנצן מעמד ההדלקה און אזוי אויך געדאווענט תפילת מעריב בראשות מרן רבינו שליט"א, אויפדערנאכט האט דער רב געוויילט אין קרית יואל.