🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת אמור - פסח שני =
אינדערפרי ארום 7:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך ארום 9:05 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען ארום 10:05 איז דער רב אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין.
אום 10:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט אפגעראכטן א סעודה לכבוד פסח שני,
דער רב האט זיך געוואשן און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערש"ק,
דערנאך האט מען אויפגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה,
אין די זופ איז געליגן קניידלעך און א מצה כרעמזל,
במשך דעם סעודה האט מען געזינגען ניגוני פסח און ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה ארויסברענגנדיג די געוואלדיגע חיזוק וואס מען דארף ארויסנעמען פון פסח שני,
דערביי האט דער רב אויך ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פרטים פאר 'חבורת קדושת יו"ט' און געענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען געבענטשט, און ארום 12:05 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 242