🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת אמור =
אינדערפרי ארום 7:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה דורך שלום נעמען לרגל התחלת הזמן,
און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין,
דערנאך האט דער רב אריינגערופן גבאי חבורת 'לבאי באורייתא' שע"י יוצאי ישיבה קטנה סניף נזר התורה און זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
ארום 10:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בביתו הנהלת כולל שומרי החומות לאדענען צום בעפארשטייענדע דינער השנתי וועלכע קומט פאר דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט - פסח שני אין די זאל פון קאנטינענטאל
דער רב האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך אום 9:10 האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים מאיר פישער הי"ו און מוה"ר יעקב יושע ווערצבערגער הי"ו, אין די זאל פון אפריון.
אום 10:20 איז דער רב אנגעקומען אין די עידן פעלעס זאל וואו עס איז פארגעקומען דעם 'מאמע אווענט' פאר די הונדערטער נשים צדקניות פון די תלמידות הבית רחל, און הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
אום 10:30 האט דער רב משמיע געווען א דרשה נלהבה בעניני צניעות ומסורה ובדברים העומדים על הפרק הצריכים חיזוק, און דערביי פראקלאמירט דעם אומערווארטעט פריוואטע אינטערנעמונג וואס דער רב האט זיך אינטערגענומען צו געבן $200 פאר יעדע שייטל וואס מען וועט פארקערצערן צום שיעור הכשרה ביזן יו"ט שבועות און $150 פאר יעדע שייטל וואס מען וועט פארקערצערן ביז די ימים נוראים הבעל"ט און איבערגעגאנגען די תקנות המוסדות און געענדיגט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:15.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 120