🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ו׳ תמוז תשפ״ד · Jul 12, 2024 · 6:11 PM
#96
= דינסטאג פרשת חקת - בעיר הבירה לאנדאן =

אום 10:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן,
נאך תפילת שחרית איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' אליעזר לעוו הי"ו מנכבדי הקהילה וואו עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים ומסיבת לחיים לרגל דאס שליסן מקח אויף צוויי בנינים פאר די באנוץ פון "ישיבה גדולה ומתיבתא החדש דמוסדותינו הק' אין לאנדאן",
דער מסיבת לחיים איז פארגעקומען אין בראשות דעם רב שליט"א בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און עס האבן זיך משתתף געווען הגה"צ אב"ד דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א ריש המתיבתא, הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א, הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א ראש הישיבה, די חברי הנהלה רוחניות און די הנהלה גשמיות פון די נייע ישיבה גדולה, אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די ראשי הקהילה והמוסדות און די געטרייע עסקנים,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט'ן לאנדאנ'ע רב, דער דיין, די ראשי הקהילה, די הנהלה רוחניות, די הנהלה גשמיות, און מיט די חשוב'ע עסקנים.

ר' אליעזר הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה וואו ער האט ארויסגעברענגט די שוועריקייטן און די לאנגע מוטשעניש ביז מהאט געטראפן א פאסיגן מקום תורה פאר די באנוץ פון די ישיבה, און יעצט זייענדיג אויף יו"ט שבועות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין קרית יואל איז ער אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן און פארגעלייגט דעם פראבלעם, און דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן,
און ווי מ'זעהט טאקע אז ברכת צדיק עשה רושם, און תיכף ומיד נאך שבועות איז אונטערגעקומען די צוויי בנינים, און אלעס איז געגאנגען גרינג און אדורך בשלום,
ר' אליעזר האט אויך געזאגט אז מ'וועט אי"ה ווייטער אייביג זיין גרייט צו טוהן אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר די הצלחה פון קהילתינו הק' בכלל און פונעם ישיבה בפרט.

עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט'ן די רבנים וראשי הקהילה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה וואו דער רב האט ארויסגעברענגט אז בײ אברהם אבינו זעהט מען אז אברהם האט משפיע געווען תורה און אליעזר האט צוגעהאלפן, די זעלבע זאך זעהט מען דא אז דער מנהל הייסט ר' אברהם וואס ער איז די חלק התורה און אליעזר העלפט צו מיט די געלט חלק,
דער רב האט געטייטשט 'בורא עולם בקנין' דאס גייט ארויף אויפ'ן ראש ישיבה וואס בויעט אויף דעם בחור'ס עולם, און 'השלם זה הבנין' גייט ארויף אויף ר' אליעזר און זיינע ברודער'ס וואס געבן די תשלומין,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האט דאס שוין געזעהן ביי זייער טאטן ר' ישעי' וואלף ע"ה, און א לענגערע צייט ארומגערעדט בשבחו, צווישן אנדערע אז ווען מ'איז געווען ראש ישיבה אין אנטווערפן, האט ער זיך כסדר נאכגעפרעגט און גאר שטארק ארויסגעהאלפן, און די קינדער גייען אין זיינע וועגן ובראשם ר' אליעזר,
אין די ערשטע געלעגנהייט וועט מען איבערגעבן א גריס פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט איבער די שיינקייט פון די קהילה און די מוסדות און איבער די הרחבת הגבולים אין שטאט,
ווען דער טאטע זאל זיין געזונט איז געקומען אין לאנדאן בשנת תשנ"ז, האט דער טאטע געזאגט אז ס'דארף זיין א ישיבה, אז נישט גייט די ארבעט לאיבוד, און ברוך השם אז מ'האט שוין דא א תלמוד תורה מיט א ישיבה, און יעצט אויך א ישיבה גדולה,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר ר' אליעזר, אחיו ר' אשר זעליג, פאר די הנהלת הישיבה וכל העוסקים במלאכת הקודש, און פאר אלע משתתפים.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער.

ביים סוף פון די אסיפה איז די הנהלת הישיבה צוזאמען מיט'ן מנהל הרה"ג ר' אברהם שלמה שליט"א איבערגעגאנגען אלע פרטים פונעם פראיעקט מיט'ן רב, די פלענער אויף ווייטער, און אלעס ארום.

דערנאך איז דער רב אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד דקהילתינו הק' לאנדאן שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה, און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט,
דער לאנדאנ'ע רב האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים, און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום, און דער לאנדאנ'ע רב האט ארויסבאגלייט דעם רב ביז צו די גאס.

אין די נאכמיטאג שעהן האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין בית מדרשינו הגדול אין לאנדאן.

פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען צום יסודי התורה זאל אין לאנדאן וואו עס איז פארגעקומען דעם שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ג ר' הערשל ווייזער שליט"א - כותב החידושי תורה, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יחזקאל שמואל ב"ר יושע נחמן שרייבער הי"ו,
👁 19