🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ תמוז תשפ״ד · Jul 9, 2024 · 8:39 PM
#58
= שבת קודש פרשת קרח - א' דר"ח תמוז =

ערב שבת קודש ארום 8:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אינעם בית המדרש במחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
ביי קבלת שבת האט דער רב פארגעזאגט מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק בקול אדיר בלהבות אש קודש ווי איינגעפירט יאר יערליך אין מחנה ישיבה לצעירים כמנהג סיגוט,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מען האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
 
אום פופצן מינוט נאכ'ן גוט שבת זאגן איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל שבת קודש,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש,
דער רב האט קידוש געמאכט מיט גרויס התלהבות און מוציא געווען אלע בחורים.

נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר אלע בחורים,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די געהויבענע שבתים אין קעמפ, און וויפיל מען קען נתעלה ווערן אין קעמפ,
עקסטער האט דער רב ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון אויפשטיין שבת אינדערפרי און לערנען פאר'ן דאווענען, דער רב האט געטייטשט דעם פסוק 'בוקר ויודע השם את אשר לו' אז שבת צופרי קען מען זעהן ווער עס באלאנגט צום אויבערשטן,
דער רב האט אױך אויפגעפאדערט פון די בחורים צו ליינען קריאת שמע אינדערפרי מיט אן ערנסטקייט און יראת שמים,
דער רב האט נאכגעזאגט וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן אז מ'דארף זיך אויס'משל'ן ווי מ'גייט אריין אין פייער אויף קידוש השם, און ארויסגעברענגט אז מ'גייט נישט אין פייער אויף קידוש השם מיט א נאכט העמד וכדו', און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי דרוש ופלפול על הפרשה אין די סוגיא פון 'יש אם למקרא או למסורת' און אין די סוגיא פון 'מודעה רבא לאורייתא'.

מען האט געזינגען קה אכסוף, נאכפאלגנדיג מיט'ן באקאנטן וויזניצ'ע ויהיו רחמיך, און דערנאך האט מען געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן איז פארגעקומען די התוועדות ליל שבת קודש,
מען האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט דער רב פארציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלמה קלוגער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן ביום השבת קודש - ל' סיון,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 23