🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״א תמוז תשפ״ד · Jul 17, 2024 · 6:09 PM
#112
= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 8:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות, דערנאך האט מען פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.

דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די באקאנטע מחלוקת צווישן דעם רמב"ם און דער רמב"ן ווער ס'איז אויף א העכערע מדריגה, איינער וואס איז אינגאנצן אויסגעארבעט אדער איינער וואס האט נאך א יצר הרע, דער רב האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז ס'איז דא צוויי מהלכים וויאזוי קען מען אויסארבעטן די יצר הרע, תורה און שבת, דער רב האט אויסגעפירט אז אויב א בחור לערנט נישט כאטשיג א גוטע צוויי שעה במשך שבת, איז אפי' נישט דא מיט וואס צו גיין צום טיש,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די גרויסע געלעגנהייט אין קעמפ צו שטייגן, וויפיל בחורים זענען שוין אויסגעשטיגן פון צווישן די ווענט פון דעם קעמפ, וויפיל בחורים ס'האבן זיך גענומען אין די הענט אריין דא און אויסגעוואקסן גאר גרויס,
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.

מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
דער רב ארויס פונעם בנין הביהמ"ד צו קידוש לבנה,
מען האט געענדיגט ארום 11:35 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
👁 21