🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ג׳ אלול תשפ״ד · Sep 6, 2024 · 2:49 PM
#242
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שופטים ~ א' דר"ח אלול =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה, אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף מ"ג ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:20 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין.

אום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל, און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

אינמיטן פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 2:00.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 19