🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אב תשפ״ד · Sep 2, 2024 · 9:58 PM
#234
מ'האט אויפגעגעבן פירות, דערביי האט דער רב געזאגט אז "פלוימען איז א לשון פון פלאמען" װאס דאס איז מרמז אז ווען מען טוט א מצוה, דארף עס זיין מיט א פלאם און א ברען.

דערנאך האט מען געזינגען אז ביום השביעי,
מ'האט געענדיגט ארום 2:00, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.

= וביום השבת קודש =

אום 10:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה נייטרא צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות.

ביים ליינען איז דער רב געשטאנען ביים באלעמער כנהוג,
דער רב האט עולה געווען שישי, און געמאכט א מי שברך פאר נכדי רבינו וועלכע לערנען אין די ישיבה,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מ'האט געדאווענט תפילת מוסף, דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.

תיכף נאכ'ן דאווענען איז פארקומען די קידושא רבא לרגל שלישי למילה לבן הנולד אצל הרב ר' יעקב משה מיטטעלמאן שליט"א - ר"מ בישיבה סניף א',
דער רב האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות און פיש, און עס האט זיך פארמירט א שמועס בעניני ברית מילה,
דער רב האט מכבד געווען דער בעל שמחה אויפצוטרעטן מיט א דרשה לכבוד השמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האבן די תלמידי הישיבה באגלייט דעם רב לחדר הפרטי,
אויפ'ן וועג האט זיך פארמירט א שמועס ווי צווישן אנדערע האבן די בחורים געפרעגט צו מען מעג גיין צו רבי'ס פון אנדערע קהילות קדושות בישראל,
דער רב האט געענטפערט 'אוודאי', מ'דארף זעהן וויאזוי אנדערע פירן זיך, ס'איז זייער כדי אז בחורים זאלן גיין און כאפן א בליק אויף ערליכע אידן.

ארום א דריי פערטל שעה שפעטער איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט זיך געוואשן צום סעודה,
מ'האט אויפגעגעבן די פיש, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני שבת פאר א לענגערע צייט,
מ'האט אויפגעגעבן די אייער, דער רב האט פארטיילט א שטיקל אייער פאר די נכדי רבינו וועלכע לערנען אין די ישיבה.

מ'האט געזינגען חי השם און דערביי האט דער רב געזאגט אז דער זיידע ז"ל דער הייליגער ישמח משה פלעגט שטארק אריינקאכן אין דעם ניגון.

מ'האט אויפגעגעבן פצעי, און דער רב האט מסביר געווען דעם ענין פון עסן דעם מאכל אום שבת קודש, און אזוי אויך דער ענין פון עסן העלזל פרייטאג צונאכטס,
אז ביי די שבת'דיגע סעודה ברענגט מען ארויף אפי' די חלקים פונעם בהמה וואס זענען גארנישט ווערד, און דאס קען די שבת קודש אויך מעלה זיין,
און דאס קומט צו ווייזן אז אפי' א איד איז בשפל המצב, דורך דעם שבת קודש קען מען זיך אייביג אויפהייבן.

דערביי האט דער רב פארציילט אז דער זיידע ז"ל דער ברך משה פלעגט דאס נישט עסן, און איינמאל ווען דער טאטע זז"ג און דער שוויגער האבן געגעסן די סעודה ביי רבינו הקוה"ט זי"ע, און ביי די פצעי האט דער רבי ז"ל געפרעגט צו זיי עסן דאס, האבן זיי געענטפערט אז נישט ווייל זיי ווייסן נישט וויאזוי מ'מאכט דאס,
דער רבי ז"ל האט זיי דאן אויסגעלערנט וויאזוי מ'מאכט עס, און זינט דאן האט מען עס אנגעהויבן צו עסן יעדע וואך,
דער רב האט פארטיילט דערפון און געהייסן די בחורים מ'זאל דאס עסן.

מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש, און דערנאך אויפגעגעבן די טשולענט,
דער רב אנגעהויבן דעם וויזניצ'ע מזמור לדוד מיט א שטארקע קאך און ברען, און דערנאך א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון דעם ניגון.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל הישיבה סניף ב',
מ'האט געענדיגט ארום 3:30, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
👁 25