= רעוא דרעוין =
ארום 8:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה נייטרא צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "עשר תעשר את כל תבואת זרעך היוצא השדה שנה שנה", און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע אופנים.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות ארומגערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'האלט שוין שבת מברכים חודש אלול, מ'דארף קוקן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, מ'דארף איבערטראכטן וויפיל מ'האט קונה געווען דאס יאר, און וויאזוי מען האט עס אויסגענוצט.
צווישן אנדערע האט דער רב נאכגעזאגט דעם עבודת ישראל אויף די גמרא 'כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק', און ארויסגעברענגט אז ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צו טוהן, מ'טאר זיך ח"ו נישט מייאש זיין, אין שום יאוש בעולם כלל, מאי דהוה הוה מכאן ואילך חושבנא,
עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען קה אכסוף, און דערנאך ידיד נפש, קל מסתתר.
דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הר"ר יואל אפענהיים שליט"א מנהל הישיבה סניף א'.
מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך האט דער רב געוואונטשן א גוטע וואך פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען,
מען האט געענדיגט ארום 10:50, און דער רב איז אהיים לבית האכסניא אין מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה וומ"ס.
ארום 11:30 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 21