🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ב אב תשפ״ד · Aug 26, 2024 · 2:28 PM
#216
= זונטאג פרשת ראה =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צו עקזיט 7 (וויליס) אין מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא נ.י. וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ל"ט - מ"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

ארום 5:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם מאונטען וואד קאנטרי אין סאוט פאלסבורג צום שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום ביהמ"ד אינעם קאנטרי נדבת הרה"ח ר' מענדל מאיר ברז"ל גליק הי"ו,
דער רב האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען דעם חשובן נדבן ובניו שיחי' צו ממשיך זיין מיט די ריקודין מיט'ן ספר תורה, און אריינלייגן די ספר תורה אין ארון הקודש, דאן האט דער רב פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך איז דער רב אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' מענדל מאיר הי"ו וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי הכנסת ספרי תורה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן און פאר די גאנצע משפחה.

ארום 7:00 איז דער רב אנגעקומען צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים,
אום 7:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 9:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 16