= רעוא דרעוין =
ארום 7:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.
נאך תפילת מנחה איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די תלמידי הישיבה, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך אהיים לביתו אינעם מחנה.
ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות,
מ'האט געזינגען אודה און שיר המעלות.
נאכ'ן זמן ר"ת האט מען אויסגעלאשן די לעקטער אינעם היכל הביהמ''ד, און מען האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט די רב אנגעהויבן די פלאם פייערדיגע שלש סעודות תורה וואו דער רב האט פאר א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי מוסר והתעוררות,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והסיר ה' ממך כל חולי וכל מדוי מצרים הרעים אשר ידעת לא ישימם בך ונתנם בכל שונאיך', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז א קרענק קומט אויף א איד װעגן די עבירות וואס מ'טוט, אבער באמת איז א איד אייביג צובראכן בשעת'ן טוהן אן עבירה, אזויווי דער הייליגער רבי ר' זושא האט געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזעהן קיין גאנצע מלאך פון א איד'ס עבירה, משא"כ א גוי טוט אן עבירה בשמחה אזויווי דער זיידע דער הייליגער ישמח משה זי"ע האט געטייטשט 'תבוא כל רעתם לפניך' אז ביי גוים איז די רעה גאנצערהייט, די מלאך פונעם עבירה איז גאנץ אן קיין פעלער,
דער רב האט געטייטשט אז דאס איז געווען די חילוק פון די אידן און די מצריים ביי קריעת ים סוף, די ים האט גע'טענה'ט מה נשתנו אלו מאלו, האט דער אויבערשטער געענטפערט, די אידן האבן עס נאר געטוהן ווייל די מצריים האבן זיי איבערגערעדט, און זיי האבן עס געטוהן מיט א צובראכן הארץ, און די מלאך דערפון איז נישט געווען גאנץ, משא"כ די מצריים.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און מיט בכיות נוראות ארומגערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבאים לקראתינו לשלום,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז ס'קומט שוין חודש אלול, מ'דארף קוקן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט, מ'דארף איבערטראכטן וויאזוי מען האט פארבלענדעט דעם יאר, וויפיל מ'האט קונה געווען, עס איז נאך געבליבן א קורצע צייט ביזן יום הדין, מען דארף עס זעהן אויסצונוצן און זיך צוגרייטן וויאזוי ס'דארף צו זיין.
דער רב האט מרעיש עולמות געווען איבער די צרות ישראל, און נאכגעזאגט וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מען וואלט קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון ביהמ"ד ווען מ'ווייסט ווען וואס ס'קומט דעם יאר,
דער רב האט ארומגערעדט אין די ענינים במשנתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס די פינעף אין פערציגסטע הילולא קדישא געפאלט קומענדיגן פרייטאג כ"ו אב,
דער רב האט נאכגעזאגט דעם באקאנטן משל פון הושענא רבה אז ווען א מלך קומט דארף מען ארויסגיין פארדעם מקבל פנים זיין, אז מ'דערמאנט זיך ווען דער מלך איז שוין דא, איז שוין צו שפעט,
דער רב האט ארומגערעדט ווי דער רבי ז"ל פלעגט משתוקק זיין צו די גאולה, און ווי ער פלעגט איינרייסן פאר ביאת המשיח.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז מען זאל שוין בקרוב ממש זוכה זיין צו דעם גרויסן זמן ווען דער טאטע זאל זיין געזונט וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
מ'האט געזינגען ידיד נפש, קל מסתתר, דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.
מ'האט געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען אלע בחורים,
נאך הבדלה האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים זענען אריבער נעמען הבדלה וויין,
דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 16