🌴בצל מורינו🌴 = זמנים ליום טוב ראש השנה שנת תשפ"ה לפ"ק הבעל"ט =
זמן הדלקת הנרות ערב יו"ט: 6:20, עלות השחר: 5:43, סוף זמן קרי"ש: 9:13, זמן ר"ת ליל ב': 7:46.
זמן הדלקה"נ ערב שבת: 6:17, סוף זמן קרי"ש: 9:14, זמן מוצאי שבת: 7:42.
= סדר התפילות =
במשך אלע תפילות וועט זיין אפען דעם ספעציעלן נייעם היכל פון טויזנט זיצן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור לאלפים וועלכע ווילן קומען מיטהאלטן די תפילות ביים רב שליט"א.
מנחה עריו"ט: 7:00.
אמירת לשנה טובה להגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א 5 מינוט אחר התפילה מצד דרומית מזרחית, עס וועט זיין א באזונדערע שורה פאר עלטערע אידן, און רבנים.
שחרית יום א': 7:45.
דרשת תקיעת שופר: 12:40.
תפילת מנחה יום א': 7:05.
מעריב ליל ב': 7:46.
שחרית יום ב': 7:30.
דרשת תקיעת שופר: 12:30 בדיוק.
זמן מנחה יום ב': 7:05, ואחריו קבלת שבת ומעריב.
שחרית יום שב"ק: 9:30.
מנחה: 6:40, ואחריו רעוא דרעוין ונעילת החג, דער רב וועט משמיע זיין א דרשה בגודל קדושת הזמן, ער וועט זיין אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן דעם ריזן ערווארטעטן ציבור.
"א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, א גוט יום טוב". ~🌴~
🌴בצל מורינו🌴 = מיטוואך פרשת האזינו ~ ערב ראש השנה =
ארום 5:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת סליחות 'זכור ברית' מעוטף מיט'ן טלית פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, און פארגעזאגט מיט א שטארקע התעורורות, הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש האט געעפנט דעם ארון הקודש במשך די סליחות, מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 7:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, נאכ'ן דאווענען האט דער רב אויסגעטוהן די תפילין און געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירת מודעה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
🌴בצל מורינו🌴 נאך בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנ"ש ביים עצרת רבתי דעם פארגאנגענעם מאנטאג האזינו ב' דסליחות בהיכל בית מדרשינו הגדול אין ווילאמסבורג. ~🌴~
מארגן מיטוואך ערב ראש השנה אום 5:00 באשמורת הבוקר וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג וואו דער רב וועט יורד זיין לפני התיבה צו אמירת סליחות ברוב עם. ~🌴~
אום 5:30 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות, בעל תפלה: הרה"ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 6:00, און דער איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א', דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"א וע"ב, מהאט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב', נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 7:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בבית מדרשינו הגדול.
נאך מעריב איז דער רב אריבער אין עזרת נשים בבית מדרשינו הגדול וואו די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רב האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים און אנגעוואונטשן פאר די קאפעליע.
דערנאך איז דער רב אריבער בביתו החדש פון הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו אויף קביעות מזוזה, דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים, און אנגעוואונטשן פאר ר' יוסף מרדכי הי"ו און די גאנצע משפחה.
דער רב האט ארומגערעדט בעניני צניעות, וויפיל מ'זאל רעדן, איז ווייניג, די דורות פאלן שרעקליך, יונגעלייט וואס מאכן חתונה קוקן זיך אן פון דעמאלסט ביז היינט, ס'איז דא מסיתים ומדיחים, ובפרט ס'האט אריינגעכאפט בקצה המחנה די ענין פון שערן בעונותינו הרבים, וואס איז אסור לכל הדעות, מ'דארף שטיין אויף דעם מיט א שטארקייט, אז מ'וועט זעהן אז ס'איז למען חייך, וועט עס האבן אן השפעה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון ציונות און ארויסגעברענגט אז ס'איז א שווערע מצב אין ארצינו הק', פונעם פארגאנגענעם שמחת תורה די שרעקליכע שחיטה ביז יעצט, אבער אין די לעצטע צוויי וואכן ווען די ציונים טוען טראמפייטערן מיט געװיסע זאכן וואס זעהט אויס ווי הצלחה, טאר מען נישט ארויסברענגן לשבח, ווען די נאציס וואלטן געהאט א הצלחה, וואלט עס קיינער נישט אויסגעברייטערט, און חוץ פון דעם, ווען מ'קוקט אביסל טיפער, זיי האבן שוין געהאט אמאל אזעלכע א.ג. נצחונות, אבער ס'האט שפעטער געקאסט נאכמער קרבנות, עס זענען אויפגעשטאנען גרעסערע רוצחים, מ'ווערט פאר'כישופ'ט אויפ'ן רגע פון וואס ס'קוקט אויס ווי הצלחה, ס'דארף אונז וויי טוהן די גזירות, און נאר אזוי וועט קומען גאולה שלימה אן קיין נזק פון קיין שום איד, דער רב האט מעורר געווען אז מ'זיצט שבת ביים טיש און די שמועס קען ווערן אריינגעצויגן אין פאליטיק, מיר וואוינען טאקע אין דעם מדינה, אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מ'טאר נישט ליגן אין דעם.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די שאיפה פון אידישע קינדער זאלן ווערן אויסגעפירט, די תפילות דאן געזאגט ווערן מיט אן ערנסקייט, דער אויבערשטער זאל צוהערן די קול תרועה פון כלל ישראל, ס'זאל נישט זיין קיין הסתר פנים, ס'זאל שױן זיין תכלה שנה וקללותיה וכו', א שנת אורה ברכה גאולה וישועה, שתוליכנו קוממיות לארצנו, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
דער רב האט מאריך געווען בדברי התעוררות, א יעדע מענטש האט א מינוט וואס ער באקומט א הרהור תשובה, מ'געט זיך א קוק אן, ס'איז שוין אדורך חודש אלול, דער אויבערשטער וויל מיר דען צוהעלפן, זאגט דער נביא, יעזוב רשע דרכו דער אויבערשטער װעט העלפן אפי' ביסט א רשע אז זאלסט קענען צוריקקומען אויפ'ן גלייכן וועג, אפי' 'איש אוון' וואס איז א שטיק עבירה, מענטשן ווילן נתעורר ווערן, די גרעסטע מוסר דרשה איז אז ס'איז שוין באלד תשפ"ה, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען אז א כהן גדול זאל טוהן די עבודה יום כיפור, דער אויבערשטער איז א 'מרבה להיטיב', ס'שוין אדורך חודש אלול, די ימי הסליחות, אפי' ס'איז די לעצטע מינוט זוכט ער דיין גוטס, אפי' מ'האט זיך נישט אויפגעוועקט ביז יעצט, מ'דערמאנט זיך צוריק וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן די תפילות ביי צדיקים, מיט אזויפיל אמת'ע טרערן, ליידער האבן מיר דאס שוין נישט.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם זיידן דער הייליגער ייטב בשם דובנא מגיד, אז אויב א איד דארף זיך פלאגן צוצוקומען צו א הרהור תשובה, איז זיין דביקות אינעם אויבערשטן זייער שוואך, איז דא הסתרת פנים, ווייל ווי מער מ'זוכט דעם אויבערשטן, זוכט דער אויבערשטער א איד, מ'האלט שוין תשפ''ד, די הסתרה אינעם היינטיגן דור איז שרעקליך, תשכ"ד האט דער רבי ז''ל שוין געשריגן אז מ'זעהט נישט, מ'הערט נישט, מ'האט געמיינט אז נאך די מלחמה וועט משיח קומען, מ'האלט שוין זעכציג יאר שפעטער און מ'האט שוין נישט צדיקים, דער חתם סופר שרייבט אז ס'איז מקובל אז די נשמות קומען אראפ מתפלל זיין צוזאמען מיט אונז, מ'גייט דאס יאר האבן צוגאסט איינער וואס האט מתפלל געווען אסאך יארן דא ראש השנה, איש מורם מעם, מחבר געווען הערליכע ספרים, מרביץ תורה לעדרים, משים לילות כימים, דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים מיט א קלארקייט, הרב הגאון המפורסם גדול מרבן שמו ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל, די חכמים נישט געוואלט רייסן קריעה אויף רב ספרא, אבער אביי געזאגט אז מ'דארף יא רייסן ווייל מ'לערנט זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן, מ'דערמאנט זיך וויפיל ערליכע אידן כלל ישראל האט פארלוירן דאס יאר, אין הימל איז געווען א געוואלדיגע שמחה דאס יאר, אבער די אמונה ביי אונז ווער שווערער, די סיבה פארוואס ערליכע אידן גייען אוועק פון דער וועלט איז וועגן מ'דאווענט נישט מיט'ן הארץ נאר מיט'ן מויל, ס'איז נאר בחיצוניות נישט בפנימיות, מ'גייט אריין אין די הייליגע טעג, מ'זאגט סליחות, אבער ס'טאר נישט זיין נאר בשפתיו, מצות אנשים מלומדה, ס'דארף זיין מיט א עכטע פנימיות.
מקיים זיין א מצוה בחיצוניות הײנט איז גרינגער ווי אמאל, אבער וואו קומט עס צו די פנימיות פון אמאל, מ'האט אויסגעגאסן די הערצער, וויפיל ערנסקייט איז געווען, עס ווערט ליידער שוואכער כמעט פון טאג צו טאג, די וועלט פון ליצנות און גלייכגילטיגקייט, דעיס האט אוועקגעטריבן יעדע מינדעסטע לחלוחית פון אונז, יעדער זאל זיך אליינס מתבונן זיין מיט וויפיל ערנסקייט ער קומט אריין אין ביהמ"ד, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון כבוד ביהמ"ד, צווישן אנדערע איבער דאווענען מיט א הוט.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די טריפה'נע כלים, און ארויסגעברענגט אז אין אלע קהילות און אפי' אין סאטמאר איז מורא'דיג שטארק איינגעפירט עס נישט אריינצונעמען אין ביהמ"ד, דא אין וויליאמסבורג אין אינזער קהילה דארף א תיקון אין די ענין אין אלע בתי מדרשים, מיר זענען נישט אזוי שלעכט, איז זיכער אז אזא דבר פשוט וואס האט שוין אוועקגעלייגט אלפים ורבבות אידן דארף מען שטיין דערויף.
דער רב האט ארומגערעדט וויאזוי ס'קוקט אויס א דאווענען, וויפיל שניידט מען אראפ, קרבנות איז א געהעריגע חלק פון דאווענען, וויפיל פראצענט פון א מנין זאגט תהלים נאכ'ן דאווענען, דער רב האט אויפגעפאדערט אז שלש עשרה מדות, דארף יעדע סאטמאר'ע יונגערמאן זיכער מאכן צו זאגן די קרבנות, און ארויסגעברענגט די חשיבות און וויכטיגקייט דערפון.
דער רב האט שטארק משבח געווען די שיעורי תורה, ס'איז דא חבורות, מיט בחינות, אבער ס'פעלט אסאך חיזוק, אסאך מענטשן דארפן נאך האבן א שיעור, מ'גייט ארויסנעמען דעם ספר תורה יום כיפור, מ'דארף מפייס זיין דעם ספר תורה, דער ישמח משה האט געזאגט אז אלע ווייטאגן קומט פון עלבונה של תורה, יעדער װאס האט נישט קיין שיעור איז עלבונה של תורה, וויאזוי גייט מען אנכאפן דעם ספר תורה יום כיפור ווען מ'ווייסט אז מ'איז אליינס שולדיג, מ'דארף נישט ווארטן אויף יום כיפור איבערצובעטן ספר תורה, מ'זאל זיך יעצט מקבל זיין תיכף ומיד, און אנהאלטן מיט א שטארקייט, נישט אויסלאזן פאר יעדע קלייניקייט.
אום 5:30 באשמורת הבוקר איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות, בעל תפלה: הר"ר פישל כ"ץ שליט"א, מ'האט געענדיגט ארום 6:05, און דער איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א', דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"א, מהאט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב', נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.
ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום עצרת רבתי וואו עס זענען געווען פארזאמעלט הונדערטער אנשי שלומינו, צום ערשט האט מען געדאווענט תפילת מעריב, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א - מגיד מישרים בקהילתינו הק' מאנסי.
דערנאך איז דער רב ארויף אל מול פני ארון הקודש מעוטף בטליתו וואו דער רב האט משמיע געווען דעם 'דרשת שבת שובה' בהתעוררות רב, און מעורר געווען לבבות אנשי שלומינו צו תשובה ותיקון המעשים לקראת די ימים הנוראים הבעל"ט.
דער רב האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק וואס דער נביא זאגט אין ישעי', 'דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב, יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו, וישוב אל ה' וירחמהו, ואל אלוקינו כי ירבה לסלוח', דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל וואס האט געזאגט אינעם טאג פון הושענא רבה אז 'בהיותו קרוב' מיינט קרוב צו די עשרת ימי תשובה, און אויסגעפירט אז מען קען אויך זאגן אז ס'גייט ארויף אויף ימי אלול וואס איז אויך נאנט צו די עשרת ימי תשובה.
מ'זאגט אין די טעג פילע מאל די י"ג מידות של רחמים, וואס דער באשעפער האט געזאגט פאר משה רבינו אז אם יעשו לפני כסדר הזה, װעט דער אויבערשטער מוחל זיין, איז א מחלו' אין די אחרונים צו סדר הזה מיינט נאכטוהן די מידות, אדער נאר 'זאגן' די י"ג מידות של רחמים, דער טאטע זז"ג איז מחדש אז ס'ווענדט זיך צו יש אם למקרא או למסורת, און פון ים וואס מ'זעהט אז מ'זאגט עס אזויפיל מאל אום חודש אלול, איז א סימן אז מ'פסק'נט יש אם למקרא.
דער רב האט געזאגט א דרוש אויף די גמ' אין מס' גיטין דף נ"ד וואס אביי זאגט אז א זאך וואס ס'איז בידו פון א מענטש צו טוהן, האט ער א נאמנות צו זאגן אז ס'איז אסור, און די גמ' ברענגט א ראי' אז אפי' ווען ס'איז נישט בידו האט א מענטש אויך א נאמנות, ווייל די תורה האט באגלייבט א כהן גדול יום כיפור אפי' אויב ער זאגט נאך די עבודה אז ס'איז טמא געווארן אין קדשי הקדשים, איז ער באגלייבט, דער רב האט מאריך געווען בדרוש אין די ווערטער פון די גמרא אין די סוגיא פון 'חולין מקדשים לא ילפינן', און 'מצוות לאו ליהנות ניתנו', און 'שכר מצוה בהאי עלמא ליכא'.
דער רב האט מסביר געווען פשט אין די גמ' אז 'האומר אחטא ואשוב, אין מספיקין בידו לעשות תשובה', און די גמ' פירט אויס אז אפי' מ'טוט נאר די עבירה צוויי מאל איז עס שוין נעשה לו כהיתר, און נאכגעזאגט פונעם ישמח משה אז וויבאלד ס'איז בידו פון א מענטש תשובה צו טוהן, גלייב איך אים אז ער וועט תשובה טוהן, אבער אויב האט ער געזינדיגט צוויי מאל איז די עבירה שוין אזוי שטארק אין אים אז ס'איז נישט גענוג אז ס'איז נאר בידו, ער דארף בפועל תשובה טוהן.
🌴 בצל מורינו 🌴 דרשת שבת שובה דורך הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א געזאגט געווארן היינט מאנטאג האזינו אויפדערנאכט במעמד אלפי אנשי שלומינו ביים עצרת התעוררות רבתי בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג
🌴 בצל מורינו 🌴 ערשטע בילדער: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים התעוררות'דיגן דרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו ביים עצרת רבתי היינט אויפדערנאכט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג. ~🌴~
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א הייבט יעצט אן די יערליכע 'דרשת שבת שובה' מעוטף בטליתו אל מול פני ארון הקודש, ביים עצרת רבתי בהיכל בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנ"ש.
מען קען מיטהאלטן א לייוו הוק-אפ צוגעשטעלט דורך מערכת קול סאטמאר אויף די בעקאפ נומער 351-888-7117. ~🌴~
ארום 5:25 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול ברוב עם צו אמירת סליחות, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה מעוטף מיט'ן טלית פון זקינו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות.
דערנאך איז פארגעקומען די 'מעמד תפילה ובקשת רחמים' בפקודת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואו מען האט אינאיינעם געזאגט קאפיטלעך תהילים איינצורייסן און מעורר זיין רחמי שמים מבטל צו זיין די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, מען האט געזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט ארום 6:50, און דער רב איז אהיים לביתו.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול, נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב - נ"ה, מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
ארום 7:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון נכד הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הבחור הבר מצוה בן הר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א חתן מחותנו הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון מנוחה ושמחה, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די געהויבענע זיידעס און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, פאר הר"ר מנחם יושע און פאר די געהויבענע זיידעס.
ארום 7:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' פנחס פריעדמאן הי"ו - מנאמני בית הרב שליט"א, לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.
דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס, און דערנאך אנגעהויבן די זמירות שלש סעודות, מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמעי' פרידלענדער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'והיה כי תמצאן אותו רעות רבות וצרות, וענתה השירה הזאת לפניו לעד, כי לא תשכח מפי זרעו', און געפרעגט עטליכע קושיות ודקדוקים, צווישן אנדערע וואס דער זיידע דער הייליגער ישמח משה פרעגט וואס איז די 'והיה לשון שמחה' אין דעם פסוק.
דער רב האט נאכגעזאגט דעם מדרש אז נבוכדנאצר האט געזאגט שירה שענער ווי דוד המלך, בא מלאך וסטרו על פיו, טייטשן די ספרים הקדושים ווייל דער באשעפער האט געוואלט זעהן צו נאך א פאטש גייט ער אויך זינגען, צו ער זינגט נאר ווי לאנג ס'גייט אים גוט, און ער האט טאקע נישט ווייטער געזינגען, אבער דוד המלך האט געזינגען אפי' ווען ס'איז אים געווען שווער, האט דער רב ארויסגעברענגט אז אידן לויבן דעם אויבערשטן אפי' ווען ס'איז שווער, דאס איז פשט אין פסוק והיה ס'איז א שמחה ביים אויבערשטן, אז אפי' מיר האבן 'רעות רבות וצרות', מיט דעם אלעם 'וענתה השירה הזאת' זינגט מען פאר'ן אויבערשטן.
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט אז אידן קלאגן און בעטן אויף צער השכינה, 'בכל צרתם לו צר', און דער רב האט געטייטשט 'במוצאי מנוחה' ווען מיר בעטן פאר אונז, 'קדמנוך תחילה' איז מען דיר מקדים, מ'בעהט קודם אויף צער השכינה, מיט דעם האט דער רב געטייטשט 'והיה' ס'איז א שמחה ביים אויבערשטן אז אפי' א איד האט צרות, 'וענתה השירה הזאת', א איד בלייבט נאך אלץ דבוק אין אויבערשטן, און ס'באדערט אים צער השכינה.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אפי' ווען א איד האט א צרה, וויל ער אז ס'זאל נישט שאטן פאר זיינע קינדער, און עס אריינגעטייטשט אין פסוק 'רעות רבות וצרות וגו' כי לא תשכח מפי זרעו', און דערביי ארויסגעברענגט אז פאר א קינד באדערט מורא'דיג שטארק אז זיין טאטע ווייסט די צער וואס ער מאכט מיט, פון א טאטע קען מען נאך באהאלטן, אבער פונעם אויבערשטן נישט, דעיס באדערט פאר אידן, אז די באשעפער ווייסט זייער צער.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל קענען בעטן אויף צער השכינה, און אויס'פועל'ן די גאולה שלימה, ס'זאל שוין זיין התרוממות קרן התורה בישראל והתגלות כבוד שמים עלינו, בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו - ק"י, קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: בנו הרה"ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א.
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוטע וואך, מ'האט געענדיגט ארום 9:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
ערש"ק ארום 7:15 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה, בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הרה"ח ר' יואל ברמ"י שפילמאן הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מען האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 11:00 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שבת וניגוני ימים נוראים.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבת היכל התורה, מנוחה ושמחה האט דער רב אליין אנגעהויבן, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בפרשת השבוע בדרך דרוש ופלפול.
קה אכסוף: הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו, ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' אהרן פראנקעל הי"ו, ברכת המזון: בנו הרה"ג ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א - ר"מ בישיבת דרך התורה, דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע וועמענס יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - כ"ז אלול, צווישן אנדערע האט דער רב דערציילט איבער וואס איז לעצטנס באקאנט געווארן אז דער זיידע ז"ל דער ייטב לב האט זיך געטראפן מיט'ן בעלזא רב זי"ע, און דער רב האט אויסגעפירט אז כהאב עס קיינמאל נישט געהערט פון טאטן זז"ג, מהאט אויפגעגעבן פירות, און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען א פרי, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה מענדל גליק הי"ו, מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב איז אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
אום 9:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית המדרש החדש 'לב אהרן' דקהילתינו הק' צו תפילת שחרית לרגל דעם ערשטן שבת וואס מען איז מחנך דעם נייעם ביהמ"ד אין די קהילה וואס ווערט געפירט תחת דגלו והדרכתו פונעם רב שליט"א, בעל תפילה פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' פנחס שעהר הי"ו, צו תפילת שחרית האט דער רב יורד געווען לפני התיבה.
פאר קריאת התורה האט דער רב משמיע געווען א דרשה לרגל די חנוכת הביהמ"ד ארומרעדנדיג בענינים העומדים על הפרק, און בדברים הצריכין חיזוק בפרט ווען מ'איז מחנך א נייע ביהמ"ד לתורה ולתפילה, דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט בשם דעם חתם סופר, אז כדי די תפילות זאלן נתקבל ווערן, דארף עס זיין סיי א מקום תורה און סיי א מקום תפילה, דערנאך האט דער רב ארומגערעדט פון נישט רעדן דברים בטלים אין בית המדרש, און די גרויסקייט דערפון, דער רב האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון בכלל קומען אין א בית המדרש דאווענען, און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון אחדות פאר'ן ביהמ"ד, נאכזאגנדיג דערביי אז ווען משיח וועט קומען, וועט זיך יעדער פרייען מיט זיין ביהמ"ד וואו ער האט אויסגענוצט די צייט, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז ס'זאל זיין א בית לה' ולתורתו, ס'זאל נתגדל ונתקדש ווערן שם שמים, און מ'זאל זוכה זיין צום גאולה שלימה בב"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע לעפקאוויטש הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו, לוי: הר"ר אברהם יצחק מאשקאוויטש שליט"א, שלישי: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - רב הביהמ"ד, רביעי: החתן ישראל מאיר ב"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו, חמישי: מוה"ר משה דוד גאלדשטיין הי"ו, שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, דער רב האט געמאכט א מי שברך פאר אלע עסקנים העוסקים לבניית ולהצלחת הביהמ"ד, צווישן זיי הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים צבי שווארץ הי"ו, הרה"ח ר' חיים צבי סעגעדין הי"ו, הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו, הרה"ח ר' שמעי' פריעדמאן הי"ו, ר' בנימין בריד"א ווייס הי"ו, ר' אלימלך ברח"ה שווארץ הי"ו, הרה"ח ר' דוד שמואל ב''ר בנציון ווערצבערגער הי"ו, הרה"ח ר' ישראל דוד טייטלבוים הי"ו, שביעי: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענפעלד הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' בנימין ווייס הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו, גלילה: הר"ר ברוך שטערן שליט"א - מנהל התאחדות אברכים דקהילתינו הק', בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו - מנהל בית האופה דקהלתינו הק', ויו"ר הנהלת הביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען דעם קידושא רבא לרגל דעם חנוכת הביהמ"ד, דער רב האט געמאכט קידוש, און טועם געווען מזונות, דערנאך האט הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו אויפגעטרעטן מיט א דרשה, דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב איז אהיים לביתו.