🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ח אלול תשפ״ד · Oct 1, 2024 · 9:56 AM
#313
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת האזינו - ב' ד'סליחות =

אום 5:30 באשמורת הבוקר איז דער רב אריינגעקומען אין היכל תהילות יוסף בבית מדרשינו הגדול צו אמירת סליחות,
בעל תפלה: הר"ר פישל כ"ץ שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 6:05, און דער איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 7:10 האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב ע"א,
מהאט געענדיגט ארום 7:50.

אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום עצרת רבתי וואו עס זענען געווען פארזאמעלט הונדערטער אנשי שלומינו,
צום ערשט האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א - מגיד מישרים בקהילתינו הק' מאנסי.

דערנאך איז דער רב ארויף אל מול פני ארון הקודש מעוטף בטליתו וואו דער רב האט משמיע געווען דעם 'דרשת שבת שובה' בהתעוררות רב, און מעורר געווען לבבות אנשי שלומינו צו תשובה ותיקון המעשים לקראת די ימים הנוראים הבעל"ט.

דער רב האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק וואס דער נביא זאגט אין ישעי', 'דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב, יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו, וישוב אל ה' וירחמהו, ואל אלוקינו כי ירבה לסלוח',
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם רבי'ן ז"ל וואס האט געזאגט אינעם טאג פון הושענא רבה אז 'בהיותו קרוב' מיינט קרוב צו די עשרת ימי תשובה, און אויסגעפירט אז מען קען אויך זאגן אז ס'גייט ארויף אויף ימי אלול וואס איז אויך נאנט צו די עשרת ימי תשובה.

מ'זאגט אין די טעג פילע מאל די י"ג מידות של רחמים, וואס דער באשעפער האט געזאגט פאר משה רבינו אז אם יעשו לפני כסדר הזה, װעט דער אויבערשטער מוחל זיין,
איז א מחלו' אין די אחרונים צו סדר הזה מיינט נאכטוהן די מידות, אדער נאר 'זאגן' די י"ג מידות של רחמים,
דער טאטע זז"ג איז מחדש אז ס'ווענדט זיך צו יש אם למקרא או למסורת, און פון ים וואס מ'זעהט אז מ'זאגט עס אזויפיל מאל אום חודש אלול, איז א סימן אז מ'פסק'נט יש אם למקרא.

דער רב האט געזאגט א דרוש אויף די גמ' אין מס' גיטין דף נ"ד וואס אביי זאגט אז א זאך וואס ס'איז בידו פון א מענטש צו טוהן, האט ער א נאמנות צו זאגן אז ס'איז אסור, און די גמ' ברענגט א ראי' אז אפי' ווען ס'איז נישט בידו האט א מענטש אויך א נאמנות, ווייל די תורה האט באגלייבט א כהן גדול יום כיפור אפי' אויב ער זאגט נאך די עבודה אז ס'איז טמא געווארן אין קדשי הקדשים, איז ער באגלייבט,
דער רב האט מאריך געווען בדרוש אין די ווערטער פון די גמרא אין די סוגיא פון 'חולין מקדשים לא ילפינן', און 'מצוות לאו ליהנות ניתנו', און 'שכר מצוה בהאי עלמא ליכא'.

דער רב האט מסביר געווען פשט אין די גמ' אז 'האומר אחטא ואשוב, אין מספיקין בידו לעשות תשובה', און די גמ' פירט אויס אז אפי' מ'טוט נאר די עבירה צוויי מאל איז עס שוין נעשה לו כהיתר, און נאכגעזאגט פונעם ישמח משה אז וויבאלד ס'איז בידו פון א מענטש תשובה צו טוהן, גלייב איך אים אז ער וועט תשובה טוהן, אבער אויב האט ער געזינדיגט צוויי מאל איז די עבירה שוין אזוי שטארק אין אים אז ס'איז נישט גענוג אז ס'איז נאר בידו, ער דארף בפועל תשובה טוהן.
👁 24