דער רב האט מאריך געווען בדברי התעוררות, א יעדע מענטש האט א מינוט וואס ער באקומט א הרהור תשובה, מ'געט זיך א קוק אן, ס'איז שוין אדורך חודש אלול, דער אויבערשטער וויל מיר דען צוהעלפן,
זאגט דער נביא, יעזוב רשע דרכו דער אויבערשטער װעט העלפן אפי' ביסט א רשע אז זאלסט קענען צוריקקומען אויפ'ן גלייכן וועג, אפי' 'איש אוון' וואס איז א שטיק עבירה,
מענטשן ווילן נתעורר ווערן, די גרעסטע מוסר דרשה איז אז ס'איז שוין באלד תשפ"ה, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען אז א כהן גדול זאל טוהן די עבודה יום כיפור,
דער אויבערשטער איז א 'מרבה להיטיב', ס'שוין אדורך חודש אלול, די ימי הסליחות, אפי' ס'איז די לעצטע מינוט זוכט ער דיין גוטס, אפי' מ'האט זיך נישט אויפגעוועקט ביז יעצט,
מ'דערמאנט זיך צוריק וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן די תפילות ביי צדיקים, מיט אזויפיל אמת'ע טרערן, ליידער האבן מיר דאס שוין נישט.
דער רב האט נאכגעזאגט פונעם זיידן דער הייליגער ייטב בשם דובנא מגיד, אז אויב א איד דארף זיך פלאגן צוצוקומען צו א הרהור תשובה, איז זיין דביקות אינעם אויבערשטן זייער שוואך, איז דא הסתרת פנים, ווייל ווי מער מ'זוכט דעם אויבערשטן, זוכט דער אויבערשטער א איד,
מ'האלט שוין תשפ''ד, די הסתרה אינעם היינטיגן דור איז שרעקליך, תשכ"ד האט דער רבי ז''ל שוין געשריגן אז מ'זעהט נישט, מ'הערט נישט, מ'האט געמיינט אז נאך די מלחמה וועט משיח קומען, מ'האלט שוין זעכציג יאר שפעטער און מ'האט שוין נישט צדיקים,
דער חתם סופר שרייבט אז ס'איז מקובל אז די נשמות קומען אראפ מתפלל זיין צוזאמען מיט אונז,
מ'גייט דאס יאר האבן צוגאסט איינער וואס האט מתפלל געווען אסאך יארן דא ראש השנה, איש מורם מעם, מחבר געווען הערליכע ספרים, מרביץ תורה לעדרים, משים לילות כימים, דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים מיט א קלארקייט, הרב הגאון המפורסם גדול מרבן שמו ר' שמעי' גרינבוים זצ"ל,
די חכמים נישט געוואלט רייסן קריעה אויף רב ספרא, אבער אביי געזאגט אז מ'דארף יא רייסן ווייל מ'לערנט זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן,
מ'דערמאנט זיך וויפיל ערליכע אידן כלל ישראל האט פארלוירן דאס יאר, אין הימל איז געווען א געוואלדיגע שמחה דאס יאר, אבער די אמונה ביי אונז ווער שווערער,
די סיבה פארוואס ערליכע אידן גייען אוועק פון דער וועלט איז וועגן מ'דאווענט נישט מיט'ן הארץ נאר מיט'ן מויל, ס'איז נאר בחיצוניות נישט בפנימיות,
מ'גייט אריין אין די הייליגע טעג, מ'זאגט סליחות, אבער ס'טאר נישט זיין נאר בשפתיו, מצות אנשים מלומדה, ס'דארף זיין מיט א עכטע פנימיות.
מקיים זיין א מצוה בחיצוניות הײנט איז גרינגער ווי אמאל, אבער וואו קומט עס צו די פנימיות פון אמאל, מ'האט אויסגעגאסן די הערצער, וויפיל ערנסקייט איז געווען, עס ווערט ליידער שוואכער כמעט פון טאג צו טאג,
די וועלט פון ליצנות און גלייכגילטיגקייט, דעיס האט אוועקגעטריבן יעדע מינדעסטע לחלוחית פון אונז,
יעדער זאל זיך אליינס מתבונן זיין מיט וויפיל ערנסקייט ער קומט אריין אין ביהמ"ד, דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון כבוד ביהמ"ד, צווישן אנדערע איבער דאווענען מיט א הוט.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די טריפה'נע כלים, און ארויסגעברענגט אז אין אלע קהילות און אפי' אין סאטמאר איז מורא'דיג שטארק איינגעפירט עס נישט אריינצונעמען אין ביהמ"ד, דא אין וויליאמסבורג אין אינזער קהילה דארף א תיקון אין די ענין אין אלע בתי מדרשים, מיר זענען נישט אזוי שלעכט, איז זיכער אז אזא דבר פשוט וואס האט שוין אוועקגעלייגט אלפים ורבבות אידן דארף מען שטיין דערויף.
דער רב האט ארומגערעדט וויאזוי ס'קוקט אויס א דאווענען, וויפיל שניידט מען אראפ, קרבנות איז א געהעריגע חלק פון דאווענען, וויפיל פראצענט פון א מנין זאגט תהלים נאכ'ן דאווענען,
דער רב האט אויפגעפאדערט אז שלש עשרה מדות, דארף יעדע סאטמאר'ע יונגערמאן זיכער מאכן צו זאגן די קרבנות, און ארויסגעברענגט די חשיבות און וויכטיגקייט דערפון.
דער רב האט שטארק משבח געווען די שיעורי תורה, ס'איז דא חבורות, מיט בחינות, אבער ס'פעלט אסאך חיזוק, אסאך מענטשן דארפן נאך האבן א שיעור,
מ'גייט ארויסנעמען דעם ספר תורה יום כיפור, מ'דארף מפייס זיין דעם ספר תורה, דער ישמח משה האט געזאגט אז אלע ווייטאגן קומט פון עלבונה של תורה, יעדער װאס האט נישט קיין שיעור איז עלבונה של תורה, וויאזוי גייט מען אנכאפן דעם ספר תורה יום כיפור ווען מ'ווייסט אז מ'איז אליינס שולדיג,
מ'דארף נישט ווארטן אויף יום כיפור איבערצובעטן ספר תורה, מ'זאל זיך יעצט מקבל זיין תיכף ומיד, און אנהאלטן מיט א שטארקייט, נישט אויסלאזן פאר יעדע קלייניקייט.

👁 25