דער רב האט ארומגערעדט בעניני צניעות, וויפיל מ'זאל רעדן, איז ווייניג, די דורות פאלן שרעקליך, יונגעלייט וואס מאכן חתונה קוקן זיך אן פון דעמאלסט ביז היינט, ס'איז דא מסיתים ומדיחים, ובפרט ס'האט אריינגעכאפט בקצה המחנה די ענין פון שערן בעונותינו הרבים, וואס איז אסור לכל הדעות,
מ'דארף שטיין אויף דעם מיט א שטארקייט, אז מ'וועט זעהן אז ס'איז למען חייך, וועט עס האבן אן השפעה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ענין פון ציונות און ארויסגעברענגט אז ס'איז א שווערע מצב אין ארצינו הק', פונעם פארגאנגענעם שמחת תורה די שרעקליכע שחיטה ביז יעצט, אבער אין די לעצטע צוויי וואכן ווען די ציונים טוען טראמפייטערן מיט געװיסע זאכן וואס זעהט אויס ווי הצלחה, טאר מען נישט ארויסברענגן לשבח, ווען די נאציס וואלטן געהאט א הצלחה, וואלט עס קיינער נישט אויסגעברייטערט,
און חוץ פון דעם, ווען מ'קוקט אביסל טיפער, זיי האבן שוין געהאט אמאל אזעלכע א.ג. נצחונות, אבער ס'האט שפעטער געקאסט נאכמער קרבנות, עס זענען אויפגעשטאנען גרעסערע רוצחים, מ'ווערט פאר'כישופ'ט אויפ'ן רגע פון וואס ס'קוקט אויס ווי הצלחה, ס'דארף אונז וויי טוהן די גזירות, און נאר אזוי וועט קומען גאולה שלימה אן קיין נזק פון קיין שום איד,
דער רב האט מעורר געווען אז מ'זיצט שבת ביים טיש און די שמועס קען ווערן אריינגעצויגן אין פאליטיק, מיר וואוינען טאקע אין דעם מדינה, אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מ'טאר נישט ליגן אין דעם.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די שאיפה פון אידישע קינדער זאלן ווערן אויסגעפירט, די תפילות דאן געזאגט ווערן מיט אן ערנסקייט, דער אויבערשטער זאל צוהערן די קול תרועה פון כלל ישראל, ס'זאל נישט זיין קיין הסתר פנים, ס'זאל שױן זיין תכלה שנה וקללותיה וכו', א שנת אורה ברכה גאולה וישועה, שתוליכנו קוממיות לארצנו, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 21