🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ז אלול תשפ״ד · Sep 30, 2024 · 7:49 AM
#300
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת האזינו ~ א' סליחות =

ארום 5:25 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול ברוב עם צו אמירת סליחות, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה מעוטף מיט'ן טלית פון זקינו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע געברענגט דורך הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו, און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות.

דערנאך איז פארגעקומען די 'מעמד תפילה ובקשת רחמים' בפקודת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואו מען האט אינאיינעם געזאגט קאפיטלעך תהילים איינצורייסן און מעורר זיין רחמי שמים מבטל צו זיין די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק,
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי און דערנאך געזאגט דעם יהי רצון בהתעוררות רב,
מען האט געענדיגט ארום 6:50, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
נאכ'ן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף נ"ב - נ"ה,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 7:25 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה פון נכד הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א,
הבחור הבר מצוה בן הר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א חתן מחותנו הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון מנוחה ושמחה,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די געהויבענע זיידעס און מיט די איבריגע רבנים אויפ'ן אויבנאן,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, פאר הר"ר מנחם יושע און פאר די געהויבענע זיידעס.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 20