🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט כסלו תשפ״ה · Dec 30, 2024 · 1:53 PM
#602
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ויגש - ד' דחנוכה =

ארום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ארום 12:00 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ו ע"א - ע"ז ע"ב.

נאכ'ן שיעור האט דער רב אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד חנוכה,
וואו דער רב האט משמיע געווען דברי תורה לכבוד היום.

דערנאך ארום 1:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= ליל ה' דחנוכה =

ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו.

ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום פיפטע ליכטל חנוכה,
דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד,
דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 97