🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ו כסלו תשפ״ה · Dec 27, 2024 · 11:39 AM
#596
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת מקץ - יום א' דחנוכה =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.

ארום 11:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה לכבוד יום טוב חנוכה,
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם גרויסן געלעגנהייט וואס מ'האט חנוכה ביים צינדן די ליכט, מתפלל צו זיין און זיך אויסבעטן אויף ערליכע קינדער, און אזויווי מען זאגט טאקע ביים לשם יחוד פאר'ן צינדן,
דער רב האט צוגעלייגט אז באמת קען מען מתפלל זיין א גאנץ יאר נישט נאר חנוכה, אבער חנוכה איז ספעציעל מסוגל פאר דעם, און מ'דארף זיכער מאכן נישט אדורכצולאזן דעם זמן.

דערנאך האט דער רב מעורר געווען די בחורים אז אזויווי אין די טעג פון חנוכה איז נישט דא קיין לימוד פארטאגס אינעם סדר הישיבה, דארף יעדע בחור פאר זיך אליינס זעהן צו לערנען פאר'ן דאווענען, און אויסגעפירט אז "גיין אין מקוה פאר'ן צינדן די נרות חנוכה האט נישט קיין שום מקור אין הלכה, עס איז א חסיד'ישע ענין, אבער לערנען פאר'ן דאווענען האט יא א מקור".

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מען זאל שוין זוכה זיין צו גיין קעגן משיח צדקינו מיט'ן טאטע זז"ג בראש בב"א.

נאכ'ן דרשה איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 12:15.

= ליל ב' דחנוכה =

ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן די דערהויבענע חנוכה ליכט צינדן.

ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום צווייטן ליכטל חנוכה,
דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד,
דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.

שפעטער אויפדערנאכט ארום 9:45 איז דער רב אנגעקומען לבית מדרשינו הגדול וואו אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געצינדן די חנוכה ליכט און משמיע געווען דרוש ופלפול ודברי הדרכה, במעמד אלפי אנשי שלומינו,
מ'האט געענדיגט ארום 11:10.
~🌴~
👁 132