= ליל א' דחנוכה =
ארום 6:00 אויפדערנאכט איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א.
ארום 7:50 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו ישיבה קטנה סניף דרך התורה וואו דער רב האט געצינדן די נרות חנוכה, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבה לכבוד חנוכה,
עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א און די תלמידי ישיבה קטנה סניף בשבילי התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א, אזוי אויך פילע יוצאי תלמידי ישיבת דרך התורה פון די פארגאנגענע יאר, און נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע חנוכה ליכט צינדן.
ביים אנקומען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און געזאגט די לשם יחוד,
ארום 9:00 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום ערשטן לעכטל חנוכה,
דער רב האט אנגעהויבן לעשות רצונך און ויהי נועם,
דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה, געמאכט די ברכות מיט א התלהבת אש, און דערנאך געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט, און געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
נאכ'ן פארענדיגן די זמירות האט דער רב אנגעהויבן ניגוני שמחה, און דערנאך אריין בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שבת אחים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת און ניגוני תורה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דברי תורה לכבוד הזמן,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן קאפיטל אין תהלים וואס מ'זאגט ביי הלל, 'פה להם ולא ידברו, עינים להם ולא יראו, אזנים להם ולא ישמעו, אף להם ולא יריחון, ידיהם ולא ימישון, רגליהם ולא יהלכו, לא יהגו בגרונם', און ארויסגעברענגט אז יעדע חלק גייט ארויף אויף אן אנדערן יום טוב, צ.ב. 'אזנים להם ולא ישמעו' גייט ארויף אויף מתן תורה, אז אפי' די גוים האבן אויערן, האבן זיי נישט געהערט דעם 'אנכי השם אלוקיך', און נישט צוגעהערט דעם אויבערשטנס בקשה מקבל צו זיין די תורה, און אזוי ווייטער יעדע שטיקל גייט ארויף אויף א געוויסע יום טוב,
יום טוב חנוכה איז בעיקר געבויעט אויף צוויי חלקים, אויף די עינים מיט וואס מ'קוקט אויף די חנוכה ליכט, און אויף די פה מיט וואס מ'זינגט די זמירות חנוכה, דעריבער איז חנוכה זייער א מסוגל'דיגע צייט צו ארבעטן אויף שמירת עינים און אויף שמירת הפה והלשון, און דער רב האט מאריך געווען אין די וויכטיגקייט און גרויסקייט דערפון.
באזונדער האט דער רב מודיע געווען אז מ'האט שוין ברוך השם היינט געענדיגט די לעצטע פאזעס פונעם אפקויפן דעם נייעם לאט פאר די ישיבות, און אי"ה בקרוב וועט מען זיך שוין קענען אריינציען דארט.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אזויווי די קומענדיגע פאר טעג וועט מען זיין אינדערהיים, דארף מען וויסן וויאזוי מ'פירט זיך אויף, מ'זאל העלפן מיט וואס מ'קען און פארשטייט זיך אויסנוצן די צייט צו לערנען, עלטערן ווילן זעהן אויף א בחור וואס מ'האט אים אויסגעלערנט אין ישיבה, אפי' א בחור לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, דארף מען עס אבער דערקענען אויף זיין אויפפירונג אינדערהיים,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל וויסן וויאזוי אויסצונוצן דעם גרויסן זמן פון די ימי החנוכה, און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.
מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט דער רב פארטיילט חנוכה געלט פאר אלע תלמידי הישיבה, און באזונדער האט דער רב פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די מזמרים און עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט כוחות אינעם מעמד.
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:10 אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 137