🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ויגש - אדר"ח טבת - יום ו' דחנוכה =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ח ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן ליינען איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם'ס תפילין,
און דערנאך געדאווענט תפילת מוסף אין חדר ג'.
ארום 1:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב האט משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארומגערעדט דברי דרוש ואגדה בעניני חנוכה,
צום סוף האט דער רב זיך געזעגנט פון די תלמידי הישיבה לרגל דאס אפרייזן קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע אויף מנוחת הנפש.
= ליל ז' דחנוכה =
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביתו אינאיינעם מיט צענדליגער בחורי חמד און אנשי שלומינו.
ארום 6:05 האט זיך דער רב געוואשן די הענט און אריינגעקומען צום זיבעטן ליכטל חנוכה,
דער רב האט אריינגעגאסן די אויל אינעם מנורה און געזאגט די לשם יחוד,
דערנאך האט דער רב געמאכט די ברכות בהתלהבות אש, און געצינדן די ליכט מיט א דערהויבענקייט,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען די זמירות באופן פרטי.
ארום 8:45 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה לכבוד חנוכה,
מ'האט מאריך געווען בניגוני שירה וזמרה, ספעציעל האבן די ילדי תשב"ר מהנה געווען דעם ציבור מיט שיינע ניגונים.
דער רב האט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום אין די סוגיא פון חנוכה, און ארומגערעדט בדברי מוסר והדרכה, און מסיים מיט ברכות לרוב.
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= מיטוואך פרשת ויגש - בדר"ח טבת - יום ז' דחנוכה =
אום 6:50 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית והלל אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,

נאכ'ן ליינען איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי און געלייגט תפילין דרבינו תם,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מוסף אין חדר ב'.
אין די פריע פארמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום JFK לופטפעלד,
ארום 11:30 האט זיך די פליגער פונעם רב געהויבן אויפ'ן וועג קיין קאליפארניע.
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 5:02 ניו יארק'ע זייגער, 2:02 נאכמיטאג קאליפארניע זייגער, אינעם LAX לופטפעלד אין לאס אנדזשעלעס קאליפארניע.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע וואו דער רב וועט וויילן במשך די קומענדיגע צוויי וואכן ביז דאנערשטאג פרשת שמות הבעל"ט.
דאנערשטאג פרשת ויגש אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רב מנחם אבל געווען דורכ'ן טעלעפאון משפחת היימליך וואס זיצן שבעה ע"פ האה"ח ע"ה אשת מוה"ר שלמה היימליך הי"ו.
דאנערשטאג פרשת ויחי האט דער רב מנחם אבל געווען דורכ'ן טעלעפאון חותנו הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ וואס זיצט שבעה ע"פ אחותו הרבנית מ'וויזניץ מאנסי ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 135