🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת מקץ =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ע"ו ע"ב - ע"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 11:15.
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית יואל.
ארום 3:40 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.
ארום 4:25 איז דער רב אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל וואו עס זענען געווען פארזאמעלט אלע תלמידי המתיבתא,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד, צום ערשט האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות וניגוני חנוכה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשת הכנה ליום טוב חנוכה,
דער רב האט ארויסגעברענגט די ענין פון א הכנה צו א מצוה, ווי גרויס און ווי חשוב ס'איז, ובפרט ביים יום טוב חנוכה, אויף אזוי ווייט אז די ברכת שהחיינו מאכט מען אויף די מצות הכנה,
און דאס איז די פשט אינעם טורי זהב פארוואס ס'האט אויסגעפעלט אז ס'זאל איבערבלייבן שמן יעדע נאכט, אפי' דער אויבערשטער קען באמת אויך מאכן א נס יש מאין, כדי ס'זאל זיין א הכנה צו די מצוה פון מארגן.
דער רב האט נאכגעזאגט פון רבותינו הקדושים וואס האבן געזאגט אז די הכנה צו א מצוה איז א חלק פון די מצוה אליינס, אזויווי מ'זעהט ביי יום כיפור און נאך,
און ספעציעל ביי יומי דחנוכה ווייל די צינדן נרות איז א הכנה צו די ימות המשיח, און אזוי אויך וויבאלד די עיקר פלאץ אין ביהמ"ק וואו מען טרעפט דעם ענין פון הכנה איז ביי די נרות המנורה, וואס דערפאר איז געווען טרעפ פאר'ן מנורה אז דער כהן גדול זאל זיך אפשטעלן און מאכן א הכנה צום צינדן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז חנוכה איז מורא'דיג א מסוגל'דיגע זמן וואס א איד קען נתעלה ווערן, דער אויבערשטער קומט אריין אין אידישע הייזער און הייבט אויף יעדן איינעם, אנדערש ווי אלע אנדערע ימים טובים וואס מ'דארף זיך אליינס אויפהייבן צום אויבערשטן.
זאת חנוכה איז א סיום פון די ימים הנוראים, אין דעם זמן איז זיכער אז דער אויבערשטער איז דא צוזאמען מיט אונז, חנוכה איז א איד נאנט צום אויבערשטן אפי' אויב מען פילט עס נישט.
דער רב האט שטארק מעורר געווען די בחורים, אז חנוכה איז דער זמן מתקן צו זיין די אויגן, מויל און אויערן, אויף דעם דארף מען ארבעטן אום יום טוב חנוכה, און ס'איז א געלעגנהייט וואס מ'קען עס גרינגערהייט מתקן זיין, ווייל דאס איז די עיקר יסוד אויף וואס די יוונים האבן זיך פארלייגט און זיי האבן געוואלט מ'זאל פוגם זיין אין דעם, אזויווי מ'זעהט אז זיי האבן געמאכט א גזירה אויף חדש וואס איז ראשי תיבות ח'זון, ד'יבור, ש'מיעה,
פארדעם איז געווען אזא גרויסע ענין צו קוקן אויף די חנוכה ליכט כדי מתקן צו זיין די עינים, און דעריבער האט מען מתקן געווען הלל והודאה כדי מתקן צו זיין דעם דיבור, און עס דארף זיין בקול רם כדי מתקן צו זיין דעם שמיעה,
חנוכה קען אפי' א פשוט'ע מענטש אנקומען צו אלע הויכע מדריגות, און אלע ענינים וואס די ספרים הקדושים זאגן אויף צינדן חנוכה ליכט, איז געזאגט געווארן אפי' אויף די פשוט'סטע איד, און מ'טאר זיכער נישט ווערן צובראכן פון די מצב וואס מ'איז.
דער רב האט ארומגערעדט איבער די התרשלות וואס קען זיך מאכן ביי בחורים אין ישיבה במשך די ימי החנוכה,
חנוכה איז שוין באמת א בחינה פון סוף זמן, ווייל די כל התחלות קשות - די שווערע התחלה פון אנהייב זמן ענדיגט זיך שוין, און אויב מ'איז זיך מתרשל אין די ימי החנוכה, קען געשעהן אז מ'זאל פארלירן אלעס וואס מ'האט קונה געווען ביז יעצט, אבער אז מ'גייט נאכ'ן יצר טוב און מ'נוצט אויס דעם יום טוב חנוכה אזויווי ס'דארף צו זיין, ווערט מכאן ואילך יערב לכם, מ'קען מער אויפטוהן ווי פארדעם,
און דער רב האט אויפגעפאדערט אז די בחורים זאלן טאקע מאכן א הכנה דרבה, מ'זאל לערנען חסיד'ישע ספרים, נישט פארברענגען די צייט, און אזוי וועט נאך חנוכה זיין בעסער ווי פארדעם.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב אז די נרות חנוכה זאלן אריינשיינען אורות אז ס'זאל אונז דערהייבן, דער אויבערשטער זאל אונז קורא שם זיין עם גדול וקדוש,
ס'זאל זיין ערכתי נר למשיחי, משיח וועט אודאי הנאה האבן אז אין תשפ"ה איז נאך דא א שיינע ציבור ערליכע בחורים וואס נוצן אויס די צייט אום חנוכה, דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
מ'האט געענדיגט ארום 5:25, און דער רב איז אהיים לביתו.

👁 142