🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת יתרו =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ד' ע"ב - ה' ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:30 האט זיך דער רב אינאיינעם מיט חתנו הרה''ג ר'יואל גלאנץ שליט''א ארויסגעלאזט פונעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צום מסיבת לחיים רבתי לכבוד השמחה פאר אלע תלמידי המתיבתא וואס איז פארגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ק"י בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ביים אנקומען אין ק"י איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א.
פאלגענד לייגן מיר אריבער די באריכט פונעם מסיבת לחיים רבתי אהערגעשטעלט דורך מערכת בצל הקודש, ותשואות חן חן להם.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב און די חתן און מחותנים אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מסיבת לחיים רבתי בתופים ובמחולות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים לרגל די שידוך שליסן פונעם ערשטן אור אייניקל,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודיה און ניגוני דביקות ושמחה פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און פאר אלע בחורים ורמ"י וישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי אגדה בעניני נשואין און דערנאך ארויסגעברענגט די שמחה מיט די שידוך שליסן מיט אזא חשוב'ע חתן א תלמיד הישיבה, און ארומגערעדט בשבח פונעם מחותן דער אבי החתן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, און פאר בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און מסיים געווען אנוואונטשענדיג שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה נאכזאגענדיג פונעם ייטב לב זי"ע אל תהי ברכת כל"ה הדיוט בעיניך, און אזוי אויך אז דער קדושת יו"ט זי"ע האט געזאגט אז ער וועט זיך אויפטוהן בעולם העליון אז ער האט אנגעטוהן שטריימלעך פאר די בחורים און דער רבי האט אנגעוואונטשן אז אלע בחורים זאלן אנטוהן שטריימלעך בקרוב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער חתן האט געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און דערנאך מיט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און דערנאך א מחול לצדיקים מיט די מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 1:45 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו פון ב"פ היושב ע"פ אחותו ע"ה.
שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל שפיטצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שמואל ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה האפפמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל.
ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל ב"ר יוסף לעווי הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שלמה האפפמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים יוסף בנציון רייז הי"ו און מוה"ר אברהם יצחק מערמעלשטיין הי"ו אין די זאל פון לא שאטאו,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל שפיטצער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר מאיר פריעדמאן הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמואל ווידער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.
א גוטע נאכט.
~🌴~

👁 124