🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט״ו שבט תשפ״ה · Feb 13, 2025 · 10:15 PM
#882
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת יתרו =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ה' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אום 1:30.

אויפדערנאכט ארום 7:15 האט דער רב מסדר קידושין ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זלמן פרידריך הי"ו - ק"י, עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף קרויס הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך איז דער רב געווען אויף א ניחום אבלים ביי משפחת טירנויער וואס זיצן שבעה ע"פ הרה"ח ר' ישראל ב"ר אלי' דוד טירנויער ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' משה ישעי' ב"ר יוסף חיים עקשטיין הי"ו וואס איז פארגעקומען בבית חמיו ר' יואל בר"א ניימאן הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 97