ארום 8:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה, און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א.
ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד, דער רב האט פארגעלערנט מסכת גיטין דף ב' ע"א - ד' ע"א.
נאכ'ן שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל התחלת מסכת קידושין ולרגל די שמחה במעונו פונעם רב שליט"א, דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און ארום 1:05 פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
אויפדערנאכט ארום 7:00 איז דער רב אנגעקומען קיין בארא פארק וואו דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן אלטר ישעי' ב"ר יואל ביקעל הי"ו עב"ג הכלה בת ר' יואל גוטמאן הי"ו אין די זאל פון כרם מנחם.
דערנאך איז דער רב אנגעקומען אויף א באזוך ביי מחותנו כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א בביתו אין בארא פארק, וואונטשן מזל טוב לרגל די שידוך שליסן פון א קינד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים, האדמו"ר ממאשלוי שליט"א האט מכבד געווען דער רב מיט לחיים און אנגעוואונטשן לרגל די שידוך שליסן פונעם ערשטן אייניקל ביים רב, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג, אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג, החתן בן כ"ק אדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א עב"ג הכלה בת הר"ר יואל ארי' שטערן שליט"א - מאנסי, בן הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל - ר"י תורת חסד חתן הגה"צ אדמו"ר מדאמבראווא מאנסי שליט"א וואס איז פארגעקומען בביהמ"ד החדש סקולען אין וויליאמסבורג, ביים אנקומען האט זיך דער רב באגריסט מיט די רבנים אויפ'ן אויבנאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, האדמו"ר מסקולען שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט'ן אויבנאן, דערנאך האט דער רב געטאנצן מיט'ן חתן און באזונדער מיט האדמו"ר מסקולען שליט"א.
ארום 5:50 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל אשר אנשיל הורוויץ שליט"א, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: מוה"ר יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: ר' אהרן יואל רובין הי"ו, לוי: מוה"ר הלל מנשה מארמארשטיין הי"ו, שלישי: הר"ר ישכר יאקאב שליט"א - מנהל מוסדותינו הק' ירושלים, הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, גלילה: מוה"ר יואל ניימאן הי"ו.
דער רב האט זיך געוואשן צו של"ס, נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס, מיט שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה לאקס הי"ו.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב אויפפלאמענדיג די הערצער פון אידישע קינדער לאבינו שבשמים אין די יעצטיגע וואכן פון די ימי השובבי"ם, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אין די שירה 'תפול עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן, עד יעבור עמך ה' עד יעבור עם זו קנית', דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים, און ארויסגעברענגט אז ווען א איד טוט אן עבירה, איז שווער א קשיא וואס טראכט ער בשעת מעשה, אויב טראכט ער נישט פונעם אויבערשטן איז די חסרון אין אמונה ערגער ווי די עבירה אליינס, און די תירוץ איז אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, ער האט טאקע נישט געטראכט, אבער אפילו מען זינדיגט, טראכט מען נאכאלץ פונעם אויבערשטן, און דער באשעפער איז עדות אז מ'טראכט פון אים, און מ'וויל באמת נישט זינדיגן, דער רב האט עס אריינגעטייטשט אינעם פסוק 'בגדול זרועך' די גוים זעען אז ימינך פשוטה לקבל שבים אבער נאר פאר אידן, און די סיבה איז ווייל 'עד יעבור' אפילו זיי זינדיגן, 'עמך השם' זענען זיי נאך דיין פאלק, און 'עד' דער באשעפער איז עדות אז אפי' 'יעבור עמך' איז 'השם' טראכטן זיי נאכאלץ פונעם אויבערשטן.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיכער מאכן נישט צו פארשמירן דאס מויל ווייל נאר מיט דעם קען מען זיך פארענטפערן, דאס איז די שליח צום אויבערשטן, און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון אמירת תהלים, וויפיל דאס רייניגט אויס א מענטש, און ס'העלפט מורא'דיג שטארק, ס'איז מסוגל פאר אסאך זאכן.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, מ'זאל זיך נישט דארפן פארענטפערן אז מ'האט געהאט א רוח שטות, און מ'זאל שוין זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח צדקינו בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ, קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו, דער רב האט געבענטשט על הכוס, הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, דערנאך האט דער רב געזאגט די שבע ברכות פאר החתן צבי בה"ר איתמר טובי' קויפמאן ני"ו, און פאר החתן חיים צבי ב"ר יהוסף לאקס ני"ו.
ערש"ק ארום 5:45 איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צום עמוד האט דער רב צוגעשיקט חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' לכבוד די שמחה, קבלת שבת: מוה"ר מענדל ברי"ע פריעדמאן הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און וואונטשן מזל טוב, מ'האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רב איז אהיים לביתו.
= התוועדות ליל שבת קודש =
ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק, דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת און ניגוני הודאה, דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.
במשך די באטע האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור אנ"ש וועלכע זענען געקומען פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן דעם פרייליך געהויבענעם התוועדות, ס'איז געווען צוגעגרייט אויף א גרעסערע פארנעם לכבוד שבת שירה און לכבוד די שמחה, מ'האט מערערע מאל געזינגען ניגוני שמחה, און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים מיט א שמחה והתרוממות.
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, דערנאך האט דער רב פארגעלערנט ספה"ק נועם אלימלך אויפ'ן פסוק 'כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך', און געזאגט בשם צדיקים אז ס'איז א גרויסע סגולה לרפואה צו לערנען יעדע וואך, בפרט די שטיקל, בפרט די וואך.
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור, דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה, דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'עזי וזמרת קה', וואס רש"י זאגט 'לא אני תחילת הקדושה', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.
מען האט אויפגעגעבן לעבער, מיט קה אכסוף האט דער רב מכבד געווען: הר"ר מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה, ויהיו רחמיך: הר"ר שלמה כהנא שליט"א, מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הר"ר אלעזר שליט"א - לאנדאן.
מ'האט אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים, מהאט אויפגעגעבן בונדלעך לרגל די שלום זכור לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו, ולבן הנולד אצל ר' יואל נפתלי ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו, ולבן הנולד אצל ר' משה ישעי' ב"ר יוסף חיים עקשטיין הי"ו, דער רב האט טועם געווען און פארטיילט פאר די בעלי שמחה, דערנאך האט מען פארטיילט פאר'ן ציבור, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב איז אהיים לביתו.
= וביום השבת קודש =
ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית, דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה און שחרית, בקול חוצב האט דער רב פארגעזאגט הלל הגדול ופסוקי השירה פסוק בפסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארץ הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א - מ'ראחוב לאנדאן, בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, לוי: ר' יואל ב"ר אברהם יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: החתן מרדכי אהרן ב"ר יואל פעלבערבוים ני"ו - באווארפן, רביעי: החתן צבי בה"ר איתמר טובי' קויפמאן ני"ו, חמישי: החתן חיים צבי ב"ר יהוסף לאקס ני"ו, שישי - שירה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, שביעי: ר' משה ישעי' ב"ר יוסף חיים עקשטיין הי"ו, אחרון: הרה"ג ר' אלעזר שליט"א - לאנדאן, בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם דוד קורצאג הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' אלעזר מויזקאפף הי"ו, גלילה: מוה"ר שמואל בנימין הירש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א - ק"י, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מיכל פעלבערבוים הי"ו, נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
דערנאך איז דער רב אריבער אין היכל מאיר זעליג וואו עס איז פארגעקומען די קידושא רבא לרגל עלי' לתורה פון החתן מרדכי אהרן פעלבערבוים ני"ו, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה, מ'האט געענדיגט ארום 12:40, און דער רב איז אהיים לביתו.
🌴בצל מורינו🌴 = זמנים לשבת קודש פרשת בשלח - שבת שירה =
זמן הדלה"נ: 5:06 סו"ז קרי"ש: 8:58 זמן מוצש"ק: 6:35
מנחה ערש"ק: 5:50
התוועדות ליל שב"ק: 9:30 בהיכל מאיר זעליג, ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם לכבוד שבת שירה.
שחרית שב"ק בבוקר: 9:15 די היכל הביהמ"ד וועט ספעציעל ווערן אויסגערישט מיט צוגעלייגטע שורות בענק אויף צד מערב וצד דרום צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס וועלן זיך צוזאמענקומען פון דער נאנט און פון ווייט מכל רחבי העיר לראות וליראות, מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם דאווענען ביחד כל הקהל הקודש הזה, הלל הגדול ופסוקי השירה וועט דער רב שליט"א פארזאגן פסוק בפסוק כמנהג רבותינו הקדושים זי"ע ברוב עם הדרת מלך, און וועט זיין בוקע רקיעים ווען אזא ציבור עצום דאווענט אינאיינעם בהתלהבות.
מנחה ושל"ס: 5:50 במקהלות עם קודש וועט מען הערן די דברי כיבושין פונעם רב שליט"א, דברי תורה מתובל בדברי מוסר והדרכה, חיזוק והשקפה, נתעורר צו ווערן לתשובה ותיקון המעשים אין די יעצטיגע זמן המסוגל די ימי השובבי"ם.
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול, דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ג' ע"ב - ד' ע"א, נאכ'ן שיעור זענען אלע חברי השיעור אריבער וואונטשן מזל טוב, מ'האט געענדיגט ארום 7:50.
אום 10:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.
ארום 10:10 איז דער רב אנגעקומען צום בית המדרש עצי חיים סיגוט וואו עס איז פארגעקומען דעם גרויסארטיגן מסיבת לחיים בהשתתפות מאות אנשי שלומינו לרגל דעם שמחת קישור החיתון פונעם אייניקל, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה ודביקות פאר א לענגערע צייט, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, מחותנים, פאר די חשוב'ע זיידעס, און פאר'ן גאנצן ציבור, דער פילקעפיגער ציבור וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט ספעציעל אפצוגעבן א מזל טוב, זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און פאר די מחותנים, עס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האבן די מחותנים און זיידעס אויפגעטרעטן מיט דרשות, ווען אינצווישן זינגט דער ציבור ניגוני שמחה, עס האט אויפגעטרעטן דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי הכלה הרה"ג ר' יואל שליט"א.
דער רב האט משמיע געווען התרגשות'דיגע דיבורים לכבוד השמחה, דער רב האט געזאגט א דבר תורה אויפ'ן פסוק 'לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו', מרוגש ביז טרערן האט דער רב געדאנקט דעם אויבערשטן אויף אלע חסדים וואס דער אויבערשטער האט געטוהן ביז אהער, און געזאגט אז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן וויפיל גוטס דער אויבערשטער האט שוין אלץ געטוהן מיט מיר.
דאן האט דער רב אויסגערימט דעם חתן מורא'דיג שטארק, און פארציילט אז בהשגחה פרטית איז אויסגעקומען נאך די ימים טובים צו פארהערן דעם חתן יורה דעה חלק א', וואס אפילו איך פארהער שוין נישט אזוי סאך לעצטנס, האב איך עס אבער געטוהן פאר כבוד בית אבותיו, שטאמענדיג פון אזעלכע צדיקים וגאונים, און איך בין ארויס פון התפעלות און שטוינונג פון די קלארע הבנה שנעלע תפיסה און גוטע זכרון פונעם חתן, כ'האב דאן געטראכט ביי מיר הלואי ער קומט אריין ביי אונז אין די משפחה, און צוגעלייגט אז ווען כ'האב גערעדט צום טאטן בנוגע שידוכים און געזאגט וואס מ'טראגט אלץ אן, ווען ס'איז געקומען צו דעם נאמען איז דער טאטע אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז כ'האב אים פארהערט לעצטנס און כ'האב עס אויסטערליש באוואונדערט, און דערביי געטראכט הלואי ער קומט אריין ביי אונז אין די משפחה, דאן האב איך געוואוסט אז כ'בין מיר נישט טועה, און דער חתן ברוך השם איז כליל המעלות ורום המידות, דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר'ן חתן, חתנו הרה"ג ר' יואל, די מחותנים און זיידעס, און פאר'ן גאנצן ציבור.
עס האט אויפגעטרעטן דער מחותן אבי החתן ר' יעקב שלמה שליט"א, דערנאך האט דער חתן געזאגט א פשעטל און מ'האט אריינגעזינגען כנהוג.
דערנאך האט זיך דער אויבנאן ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטן אינאיינעם מיט'ן גאנצן פארזאמעלטן ציבור, באזונדער האט זיך אנגעזעהן ש"ב הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען באשיינען דעם שמחה, ביים אנקומען האט ר' אהרן מענדל ווארעם אנגעוואונטשן ברכת מזל טוב פאר'ן רב שליט"א און איבערגעגעבן א מזל טוב בשם אביו הגדול, דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט הרה"צ ר' אהרן מענדל, און דערנאך צוזאמען מיט'ן חתן, מחותנים און זיידעס, מען האט געענדיגט ארום 11:45, און דער רב איז אהיים לביתו.