🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ד שבט תשפ״ה · Feb 12, 2025 · 1:12 AM
#873
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כה תאמר לבית יעקב ותגד לבני ישראל און עס אויסגעטייטשט בעניני נשואין אז די כח פון אברהם אבינו גייט אריין אין יעדע אידישע שטוב און דאס האלט די שטוב הייליג,
דער רבי האט ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשוב'ן חתן 'א תלמוד חכם א ירא שמים' וואס מען האט שוין בעבר פארהערט אויף מקצועות התורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די חתן כלה, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און די אנדערע מחותנים און זיידעס מצד החתן ומצד הכלה,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי שבח והודיה צו הקב"ה אז מען דערלעבט א שידוך שליסן פון א דור רביעי בשעטו"מ און מען דאנקט הקב"ה בתוך רבים אהללנו און מען בעט א תפילה אויף די עתיד מען זאל דערלעבן נאך אסאך שמחות ביי אלע קינדער, אייניקלעך, און אור אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד בשמחה עצומה מיט'ן גאנצן אויבנאן.

דערנאך איז דער רבי אינאיינעם מיט'ן רב ארויס און אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר הרבנית הצדיקת תליט"א,
און דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים קיין קרית יואל.

דער רב איז צוריק אריין בהיכל הביהמ"ד וואו אלפי אנשי שלומינו זענען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א, פאר די חתן, מחותנים און זיידעס פאר א לענגערע צייט,
מ'האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109