🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת יתרו =
ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ד' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45.
ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד השמחה,
ביים אריינקומען האט מען געטאנצן און געזינגען ניגוני שמחה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה, און ארויסגעברענגט אז די וואך אין די פרשה זעהט מען אז יתרו לויבט דעם אויבערשטן ווייל ער האט אליינס איינגעזעהן די חסדים, די זעלבע זאך דארפן מיר אליינס וועלן לויבן און דאנקן דעם אויבערשטן,
מ'דארף נישט קיין מוזיק צו זינגען מזמור לתודה, ביים דאווענען דארף זיך פון זיך אליינס טאנצן ביי דעם קאפיטל.
די יאר פון צעירים איז גאר א גוטע זמן, מ'דארף עס זעהן גוט אויסנוצן, ווייל גאר אסאך בחורים װען מ'גייט ארויס, קוקט מען צוריק, און מ'זעהט וואס מ'האט פארפאסט.
ס'קומט יעצט חמשה עשר בשבט, מ'דארף בעטן דעם אויבערשטן אז מ'זאל באקומען דעת צו פארשטיין לערנען, און זוכה זיין צו האבן א השגה אין תורה,
אזוי אויך קומט יעצט די פרשה פון קבלת התורה, איז יעצט די צייט זיך מקבל צו זיין קבלות טובות, לערנען פלייסיגער וכדומה, און זוכה זיין צו אלע השפעות וואס קומען בזכות דעם.
ס'קומט יעצט א זמן פון א שמחה, מ'דארף זעהן אז אפילו מען קומט זיך באטייליגן און מיטהאלטן, זיך צו האלטן צו די סדרי הישיבה, און קומען געהעריג צייטליך,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דער טאטע זז"ג זאל זעהן נחת מכל יוצ"ח, עד ביאת הגואל.
דערנאך זענען אלע בחורים אריבער וואונטשן ברכת מזל טוב,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
אינמיטן דעם פארמיטאג סדר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 1:30.
ארום 5:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה,
דער רב האט ארומגערעדט בנוגע פארטאגס, די מעלה דערפון און די וויכטיגקייט, וואס דאס איז די יסוד פון א איד,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אין אלע ענינים דארף מען זיך צושטעלן צו די הנהלת הישיבה, און מ'זאל קיינמאל נישט טוהן אנדערש ווי מען פארלאנגט.
דערנאך האט דער רב גאר שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די ימי השובבי"ם און וואס מ'קען אלץ אויפטוהן אין די טעג, און ארויסגעברענגט אז מען זאל זעהן גוט אויסצונוצן די לעצט פארבליבענע טעג פון די ימי השובבי"ם, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מ'האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.
ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דברי יואל בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.
דערנאך האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מרדכי סטראלאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר משולם זושא ברב"י שניטצלער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

👁 100