"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:10 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צום היסטארישן שמחת התנאים פונעם עלטסטן אייניקל און ערשטן אור אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - הכלה הבתולה תחי' בת לחתנו הרה"ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', בן הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א מ'בארדיוב,
עב"ג החתן פרע"ח הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א, בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה ק"י, בן הגה"צ רבי יחיאל אשר פאנעט שליט"א - אדמו"ר מקארלסבורג מאנטריאל, וחתן הגה"צ רבי יושע וואגשאהל שליט"א - אב"ד יאסלא, חתן הגה"צ רבי מנשה מאיער שליט"א - אב"ד גרינוויל.
דער ציבור האט מקבל פנים דעם רב בתופים ובמחולות בשירה וזמרה מיט'ן ניגון קול רנה, און נאך.
נאך עטליכע מינוט האט דער רב משמיע געווען א דרשה לכבוד השמחה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אלע חסדים ביי אידישע קינדער קומט מיט שוועריגקייטן, און אויב ס'איז דא שוועריגקייטן איז א סימן אז ס'איז גוט.
די תכלית פון אויפשטעלן דורות איז צו איינפלאנצן אידישקייט אין די קינדער, אויב א איד איז מתפלל פאר קינדער כדי צו קענען גרעסער מאכן דעם אויבערשטן'ס נאמען, העלפט דער אויבערשטער און מ'איז זוכה דערצו.
דער רב האט געדאנקט דעם אויבערשטן מיט א קול געשטיקט פון טרערן, אז אפילו ס'איז אריבער כל התלאה אשר מצאתם בדרך, פון תשס"ה ביים חתונה ווען מ'האט געהאפט אז דער זיידע ז"ל דער ברך משה וועט זיך קענען משתתף זיין און מ'וועט באקומען א ברכה, און נאכדעם ביז היינט אויף יעדן טריט און שריט האט מען געדארפט האבן גרויסע תפילות אז מ'זאל קענען זוכה זיין צו דעם גליקליכן טאג, אפילו ס'איז אריבער גאר אסאך שוועריגקייטן האט מען זיך געדארפט פרייען, מ'האט געדארפט ווייזן א פנים שוחקות און דאנקן דעם אויבערשטן, און די גאנצע צוואנציג יאר איז אריבער גאר שווער אבער מיט א האפענונג אז מ'וועט זוכה זיין צו זעהן נחת, טוהן גוטע שידוכים, און ברוך השם אז מ'האט טאקע זוכה געווען דערצו.
דער רב האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם טאטן זז"ג ווען ער האט געהערט פונעם שידוך, חוץ די עצם שמחה פונעם שידוך פון אן אור אייניקל, איז אבער די שמחה פון וועם די רעדע איז,
און דערביי משבח געווען דעם חתן וואס מ'האט אליינס פארהערט, און ממש ארויס פון די כלים, און צוגעלייגט אז אפאר וואכן שפעטער ווען כ'האב גערעדט צום טאטן און מ'האט גערעדט וועגן שידוכים, און מ'האט דערמאנט דעם נאמען, איז דער טאטע אויפגעשפרינגען זאגנדיג אז כ'האב אים פארהערט און דאן געטראכט אז הלואי דער בחור זאל אריינקומען ביי אונז אין די משפחה.
דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע מחותנים, ובפרט פאר'ן טאטן זאל זיין געזונט אז ער זאל זוכה זיין צו בני רבעים וחמשיים, און פאר אלע משתתפים וואס קומען זיך מיטפרייען מיט'ן שמחה, און מ'זאל זוכה זיין צו שידוכים פון אייניקלעך און אור אייניקלעך, און דער טאטע זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.
ארום 10:15 האט מען געהאט די זכיה צו אנטפאנגן דעם גרויסן עלטער זיידע אבינו רועינו הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ביים אריינקומען האט זיך רבינו שליט"א באגריסט מיט די מחותנים און זיידעס אויפ'ן אויבן אן, און געטאנצן אויפ'ן פלאץ מיט גרויס התרגשות פאר עטליכע מינוט אויף די ניגונים קול רנה, חסדי ה' כי לא תמנו, און נאך.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי הכלה הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א בדברי שבח והודאה שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, און ארויסגעברענגט ווי די ברכות וואס רביה"ק הברך משה זי"ע האט געוואונטשן פון טיפן הארצן ביים מעמד לחיים נאכ'ן שידוך שליסן האט געברענגט ביז אהער, און די ברכות וועלן ווייטער באגלייטן אויך די קומענדיגע דורות.
מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד, בשעת רבינו שליט"א איז בדביקות ובהתרוממות.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, ערב קבלן מצד החתן הרה"ח ר' שמעון כ"ץ הי"ו, מצד הכלה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו,
עדים: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים גאלדשטיין הי"ו - ק"י.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אבי החתן,
דער רבי האט מכבד געווען דער עלטער זיידע גיסו כ"ק גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים, און מ'האט געבראכן טעלער,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פאר'ן חתן, גיסו גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א, בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, און פאר די מחותנים און זיידעס, און באזונדער האט דער רבי טעלעפאניש געוואונטשן פאר דער עלטער זיידע הגה"צ אב"ד גרינוויל שליט"א.

👁 97