🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז ניסן תשפ״ה · Apr 25, 2025 · 4:22 PM
#1209
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת שמיני =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ה ע"ב כ"ו ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
~🌴~
👁 176
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ה ניסן תשפ״ה · Apr 23, 2025 · 1:14 PM
#1207
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת שמיני =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 9:05 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול,
נאך מעריב איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתלהבות אש קודש.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט מנחם אבל געווען די קינדער פון הגה"צ גאב"ד פאלטישאן זצ"ל,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה לבן מוה"ר יהוסף עסטרייכער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 191
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ד ניסן תשפ״ה · Apr 22, 2025 · 12:53 AM
#1205
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת שמיני - אסרו חג פסח =

ארום 8:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

ביים זמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול,
נאך מעריב איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתלהבות אש קודש.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר מרדכי יונה ווידער הי"ו,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר לוי יצחק גאלדבערגער הי"ו,
און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל אלטר גאלדבערגער הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.

~🌴~
👁 192
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ג ניסן תשפ״ה · Apr 21, 2025 · 3:31 PM
#1203
= נעילת החג =

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב אריבער צום ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה,
דער ראחמיסטריווקא רבי האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה ונעילת החג,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב גליק שליט"א.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם מעמד נעילת החג במקהלות אלפי אנשי שלומינו,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און ניגוני גאולה,
דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו האט אנגעגאסן לחיים און דער רב האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פאר'ן גאנצן ציבור,
מען האט אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, און דער רב האט געמאכט א נאך ברכה.

מיטן פיוט מלך רחמן האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לסיום ימי החג אינעם פיוט 'חסל סדור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו, כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו', און ארויסגעברענגט אז מען דארף מיטנעמען דעם יום טוב אויף ווייטער עס זאל בלייבן א טעם פון די מצוות וואס מ'האט מקיים געווען, אזויווי ביי קרבן פסח איז די הלכה אז עס דארף בלייבן א טעם נאכ'ן עסן.

דער רב האט ארומגערעדט איבער עטליכע נקודות, צווישן אנדערע; פסח איז דער חג האמונה, אפילו ס'איז נתגלה געווארן גרויסע זאכן און מ'זעהט גרויסע נסים, דארף מען נאכאלץ גלייבן אינעם אויבערשטן מיט אמונה פשוטה אז וויפיל מ'זעהט קען דער אויבערשטער אסאך מער די זעלבע איז ביי א מצוה, וויפיל מ'ווייסט און וויפיל טעמים מען זאגט, איז עס סאך טיפער פון וויפיל מיר פארשטייען, למשל קרבן פסח וואס האט א דין אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן וואס איז פשוט כדי ס'זאל בלייבן די טעם בפיו, מוז זיין עפעס מער דערפון ווייל ס'האט נישט קיין פשט אז ס'דארף בלייבן א טעם פאר געציילטע מינוטן לויט די שיטות פון עטליכע תנאים, ועוד,
ניסן איז בגי' צוויי מאל פה, ס'איז די איינציגסטע מאל וואס מ'איז מקיים א מצוה מיט ביידע חלקי הפה, און מאריך געווען בענין קדושת הדיבור ארויסברענגענדיג די גרויסע כח וואס א דיבור פון א איד האט און וויפיל עס קען אלץ אויפטוהן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט זינגענדיג דעם ניגון פאר קרוב צו דרייסיג מאל, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש ווען דער גאנצער ציבור זאגט איבער.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

ביים אנקומען אהיים האט דער רב צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 181
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ג ניסן תשפ״ה · Apr 21, 2025 · 3:30 PM
#1202
= ליל אחרון של פסח =

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: מוה"ר משה יושע שפילמאן הי"ו,
מען האט געזינגען ביי 'המעביר בניו' כנהוג,
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= יום אחרון של פסח =

ארום 10:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
בעל תפילה שחרית והלל: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - הר"ר יואל שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, ספר ב' - הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
רביעי: ר' דוד ברא"י באש הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו,
גלילה: ר' שלמה זילבערשטיין הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' חיים הערש שווארץ הי"ו - מנהל בית האופה דקהלתינו הק',
הגבה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' ישראל שעהר הי"ו.

נאכ'ן ליינען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און מען האט געזאגט יזכור אין ביהמ"ד,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' משה יצחק בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
פתיחה לאנעים זמירות: מוה"ר יואל בר"ח העללער הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבערגעגאנגען אינאיינעם מיט די קינדער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו - ראה"ק דק"ק עצי חיים סיגוט, וואו דער רב האט מקיים געווען די מנהג פון זיך מישן אום אחרון של פסח,
דער רב האט געמאכט קידוש, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים,מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' חיים יושע און די בני המשפחה, דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם שטוב אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 129
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ג ניסן תשפ״ה · Apr 21, 2025 · 3:30 PM
#1201
= יום שביעי של פסח =

ארום 10:00 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו פסוקי דזמרה און פארגעזאגט הלל הגדול און די פסוקי שירת הים פסוק בפסוק בשלהבת אש קודש כנהוג ביום שביעי של פסח,
דער רב האט ממשיך געווען מיט תפילת שחרית און פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כמנהג סיגוט, און דערנאך פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א - מנהל רוחני דמוסדותינו הק', ספר ב' - הר"ר יצחק יאזשעף שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: מוה"ר יואל בר"א טירנויער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק,
רביעי: מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו,
חמישי: מוה"ר יואל וועלץ הי"ו,
שישי - שירה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: ר' בנימין בר"ב ווייס הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הגבה: הרה"ח ר' ישעי' יצחק ברמ"ח רובין הי"ו,
גלילה: מוה"ר משה יודא גרינפעלד הי"ו,
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו - מראה"ק,
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו - פטרון חבורת תורתך שעשועי,
גלילה: מוה"ר ישראל ברי"י רובין הי"ו.

דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל די יומא דהילולא פון זקינו מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטאג - כ"ו ניסן,
צו קוה איז צוגעגאנגען הר"ר הערשל כ"ץ שליט"א,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת און א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 2:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

אינדערהיים האט דער רב צוטיילט די סעודה כנהוג,
צווישן די צוויי סעודות האט דער רב געמאכט א הפסק און געדאווענט תפילת מנחה.
👁 114
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ג ניסן תשפ״ה · Apr 21, 2025 · 3:30 PM
#1200
🌴בצל מורינו🌴
= ליל שבת קודש - שביעי של פסח =

ארום 8:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
בעל תפילה קבלת שבת ומעריב: הר"ר אלעזר מענדל פילעפף שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
מען האט געזינגען ביי 'המעביר בניו' כנהוג,
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת און א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= מעמד שירת הים - התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 12:05 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום מעמד שירת הים אינאיינעם מיט'ן וועכנטליכן התוועדות ליל שבת קודש בהשתתפות אלפי אנשי שלומינו מכל רחבי העיר ובראשם רבני ודייני קהילתינו הק',
דער היכל הביהמ"ד איז געווען אויסגעשטעלט אויף גאר א גרויסן פארנעם צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס זענען געקומען מיטהאלטן די דערהויבענע שירה בראשות דעם רב שליט"א.

מען האט געזינגען ניגוני יו"ט פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט טועם געווען פירות און דערנאך געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי"ו - מראה"ק,
מנוחה ושמחה האט דער רב אליינס אנגעהויבן,
קה אכסוף: הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו,
ויהיו רחמיך: הר"ר יחיאל מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים 'מה לך הים כי תנוס וגו', מלפני אדון חולי ארץ מלפני אלוק יעקב, ההופכי הצור אגם מים חלמיש למעינו מים', און אויסגעטייטשט אויף כמה אופנים, און צווישן אנדערע געזאגט עטליכע מהלכים אין די טעם פונעם נס קריעת ים סוף, און אויפגעבויעט אויף איין מהלך אז ס'האט א שייכות מיט דעם וואס יעקב אבינו האט שוין אמאל געשפאלטן די וואסער טייטשנדיג מיט דעם פילע פסוקים און מדרשים.

דער רב האט ארויסגעברענגט דעם גרויסן זמן אין וואס מ'שטייט, און וואס מ'קען אלץ אויס'פועל'ן אין דעם טאג, דער רב האט נאכגעזאגט פון צדיקים אז שביעי של פסח איז א צייט וואס מען קען איבערדרייען פון די ווארט צרה צו צהר וכדו', און מען קען זיך גוט אויסבעטן,
און באזונדער ארומגערעדט איבער די גרויסע סגולה אויף פרנסה ביום שביעי של פסח, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז דאס יאר וואס מ'שטייט אום שבת קודש איז דאך אסאך מער מסוגל דערפאר ווייל כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שירה,
נאך חצות הלילה האט זיך דער רב אויפגעשטעלט און געטאנצן די 'פסוקי שירת הים' מיט א פלאם פייער ורגש דקדושה פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט'ן גאנצן פארזאמלטן ציבור,
מיט אז ביום השביעי האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק',
דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן א גוט שבת און א גוט יום טוב,
מען האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.
👁 137
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ ניסן תשפ״ה · Apr 18, 2025 · 3:03 PM
#1184
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג - יום ד' דחוה"מ - ערב שביעי של פסח =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען מיט'ן רב ובפרט דעם אמירת הלל בהתלהבות אש,
בעל תפילה: הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - ר' שלום בערגער הי"ו, ספר ב' - מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: ר' שמעון ברי"ל סאנדער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א - אב"ד טשענסקאוויץ פלעטבוש,
הגבה: הרה"ח ר' יודא הערש שאפפער הי"ו,
גלילה: ר' משה בהר"מ הירש הי"ו,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: ר' מרדכי הערש ליכטנשטיין הי"ו,
גלילה: ר' מנחם גרשון ראזענבערג הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' מנחם נפתלי טייטלבוים שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן מועד, א גוט יו"ט.
~🌴~
👁 153
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ ניסן תשפ״ה · Apr 18, 2025 · 3:03 PM
#1183
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג - יום ג' דחוה"מ פסח =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען מיט'ן רב ובפרט דעם אמירת הלל בהתלהבות אש,
בעל תפילה: הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - מוה"ר אהרן ניישטאדט הי"ו, ספר ב' - ר' משה בהר"מ הירש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: הבה"ח זלמן לייב גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו,
הגבה: מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו,
גלילה: ר' מנחם גרשון ראזענבערג הי"ו,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: ר' שמואל ישעי' שפיטצער הי"ו,
גלילה: מוה"ר יונה ווייס הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען ר' ניסים שווארץ הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים מעמד 'פדיון פטר חמור' וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד אלפי אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

נאכ'ן מעמד איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
נאך מנחה האט דער רב מיטגעהאלטן דעם פריוואטן סעודה לכבוד החגיגה ולכבוד המועד בראשות רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

נאכ'ן סעודה האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 135
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח ניסן תשפ״ה · Apr 16, 2025 · 9:37 PM
#1182
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך - יום ב' דחוה"מ פסח =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען מיט'ן רב ובפרט דעם אמירת הלל בהתלהבות אש,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א'- הר"ר אהרן הערש וועבער הי"ו, ספר ב' - מוה"ר שמעון שווארץ הי"ו,
בעל קורא: ר' יעקב אהרן הירש הי"ו,
כהן: מוה"ר שלמה ברז"ל גליק הי"ו,
לוי: הבה"ח אהרן מארמארשטיין ני"ו,
שלישי: הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו,
גלילה: ר' יושע בהר"מ הירש הי"ו,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הר"ר אליעזר בהרח"י גרינוואלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה,
גלילה: ר' ניסים שווארץ הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 8:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
נאך מעריב איז דער רב צוגעגאנגען צם עמוד און געציילט ספירה בהתלהבות אש.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 143
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח ניסן תשפ״ה · Apr 16, 2025 · 7:40 PM
#1180
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג - יום א' דחוה"מ פסח =

ארום 9:35 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען מיט'ן רב ובפרט דעם אמירת הלל בהתלהבות אש,
בעל תפילה: הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו, ספר ב' - ר' יעקב אהרן הירש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
כהן: מוה"ר פינחס פריעדמאן הי"ו - מנאמני בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שלישי: הרה"ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
הגבה: הרה'"ח ר' אברהם יהושע ווייס הי"ו,
גלילה: ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: ר' יושע בהר"מ הירש הי"ו,
גלילה: ר' שמואל נתנאל קליין הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 134
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח ניסן תשפ״ה · Apr 16, 2025 · 4:27 PM
#1179
= יום ב' דפסח =

ארום 10:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען מוה"ר טובי' אברהם שעהנפעלד הי"ו,
בעל תפילה שחרית והלל: ר' אלי' פריינד הי"ו - ק"י.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר חיים שלום ביקעל הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו,
שלישי: ר' יוסף יושע ווידער הי"ו,
רביעי: מוה"ר אהרן יודא שווארץ הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
מפטיר: מוה"ר יעקב ווידער הי"ו,
גלילה: מוה"ר ירמי' מיטטעלמאן הי"ו - ק"י.

בעל תפילה מוסף: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט.

דערנאך איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' יוסף יושע ב"ר יעקב ווידער הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם,
מען האט געענדיגט ארום 2:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 7:55 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש בית מנחם צבי דקהלתינו הק' צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק.

נאך תפילת מנחה האט דער רב משמיע געווען א דרשה לכבוד החג ארומרעדנדיג בענינא דיומא,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זו אסתר שהיתה עוסקת בביעור חמץ', און געזאגט א לענגערע דרוש ופלפול אין די סוגיא פון מ"ע שהזמן גרמא, און אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא, און לויט דעם אויסגעבויעט וויאזוי תשובה העלפט פאר אידישע קינדער.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף זעהן אויסנוצן די ימי חול המועד ווי ס'דארף צו זיין, און יעצט קען מען זעהן צו ס'איז אמת די תירוצים וואס א מענטש האט א גאנץ יאר אז ער קען נישט דאווענען און לערנען וויבאלד ער איז פאריאגט און פארפלאגט,
און ארומגערעדט איבער די ענין פון נישט רעדן ביים דאווענען, דערציילנדיג עטליכע מעשיות איבער דעם.

דער רב האט ארומגערעדט איבער די עקסטאז פון כלל אנשי שלומינו לרגל די סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דעם קומענדיגן כ' סיון, און חשק וואס ס'איז דא ביי פילע אנצוהייבן פון פריש, און ארויסגעברענגט אז אין יענע טעג וועט די יצר הרע אויפקומען מיט גוטע תירוצים ווי קאנטרי וכדו', און ממילא זאל מען נישט ווארטן ביז דאן פאר די געלעגנהייט נאר שוין יעצט אנהייבן מיט א פרישקייט און נישט פארלירן דעם חשק, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

נאכ'ן דרשה האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי יצחק לאזאר הי"ו,
נאך מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד,
מען האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 121
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח ניסן תשפ״ה · Apr 16, 2025 · 4:27 PM
#1178
= ליל א' דפסח =

ביים זמן רבינו תם איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מעריב,
צום ערשט האט דער רב געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט,
מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א וואו דער רב האט געפירט דעם סדר אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

= יום א' דפסח =

ארום 10:35 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו,
בעל תפילה שחרית והלל: הר"ר דוד דוב מייזליש שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - הר"ר משולם מרגליות שליט"א, ספר ב' - ר' חיים הורוויץ חתן הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק',
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו,
שלישי: ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
רביעי: הרה"ח ר' יחזקאל וואלף שטארק הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' אברהם שלום סטראלאוויטש הי"ו,
גלילה: מוה"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו,
מפטיר: מוה"ר יואל וועלץ הי"ו,
גלילה: האברך ב"ר משה אלי' גראס הי"ו.

נאכ'ן ליינען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן דעם קיטל,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף וברכת טל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקוויטש הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט.

דערנאך איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם,
מען האט געענדיגט ארום 2:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= ליל ב' דפסח =

ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש ברך משה דקהלתינו הק', צום ערשט איז דער רב געגאנגען אין מקוה,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט דער רב משמיע געווען א דרשה לכבוד החג ארומרעדנדיג בענינא דיומא, און ארויסגעברענגט אז די צווייטע סדר נאכט איז גרעסער ווי די ערשטע וויבאלד ביים צווייטן סדר האלט מען שוין נאכ'ן ארייננעמען מצה וואס איז מקדש א מענטש,
מ'דארף וויסן אז ס'איז נישט סתם מ'טוט נאכאמאל די זעלבע זאך נאר ס'איז אן אנדערע בחינה אינגאנצן, און אויפגעבויעט אז ווען משיח גייט קומען און די יום טוב שני של גליות גייט בטל ווערן, וועט מען אבער ווייטער פירן א צווייטע סדר.

דער רב האט מוסיף געווען אז מיר ווייסן אז ווען מ'טוט תשובה מיראה איז זדונות נעשו לו כשגגות, תשובה מאהבה זדונות נעשו לו כזכיות, דער צל"ח זאגט אז פון צוויי מאל תשובה מיראה ווערן די זדונות אויך זכיות, און מצה איז משפיע יראת שמים, קומט אויס אז ווען מ'האט צוויי סדרים טוט מען צוויי מאל תשובה מיראה, איז מען זוכה אז די זדונות ווערן איבערגעדרייט צו זכיות.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז פסח ביינאכט טאר מען נישט זיין צוקלאפט ווייל מ'איז בבחינת מלך במלוכה און מ'דארף ברענען מיט א גאוה דקדושה,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז דער באשעפער קומט אראפ אין אידישע הייזער איז ער מוחל די עבירות, און איז משפיע אז מ'זאל זיין געזונט, און ס'זאל נישט זיין קיין צרות מער.

נאכ'ן דרשה ביים זמן רבינו תם האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט,
מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סדר אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

ביי שפוך חמתך ארום 2:15 האט מען געעפנט דעם טיר פאר'ן ציבור אנשי שלומינו,
דער רב האט ממשיך מיט'ן סדר ההגדה, און געזאגט הלל, נשמת וכו' בהתעוררות גדול ובבכיות עצומות,
נאכ'ן כוס רביעי האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט זיך דער רב געוואשן די הענט און בשלהבת אש קודש אנגעהויבן דעם לשם יחוד און געציילט דעם ערשטן ספירה בקול בוקע רקיעים, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא כנהוג,
דערנאך האט דער רב געוואונטשן דעם ציבור הנאספים בברכת גוט יו"ט, מען האט געענדיגט ארום 3:30.
👁 107
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · י״ח ניסן תשפ״ה · Apr 16, 2025 · 4:27 PM
#1177
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול =

ערש"ק ארום 8:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
דער רב האט מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהילתינו הק' צוצוגיין צום עמוד,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען מוה"ר שמואל אהרן גראסבערג הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב איז ארויף אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד וואו דער רב האט אפגעראכטן די סעודת ליל שבת קודש אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

= וביום השבת קודש =

אום 6:20 באשמורת הבוקר איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר משה גדלי' פאלאטשעק שליט"א,
בעל תפילה שחרית: הר"ר משולם פייש הורוויץ שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: מוה"ר יואל שווארץ הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: מוה"ר יעקב יהושע סאנדער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שלישי: הר"ר חיים הערש שליט"א - ב"פ, בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
רביעי: ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
חמישי: ר' יוסף יושע ווידער הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
מפטיר: מוה"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו,
הגבה: מוה"ר חיים בער שטיינמעטץ הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען מוה"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: מוה"ר אברהם יצחק ליכטענשטיין הי"ו - ק"י,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 8:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 7:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צום עמוד איז צוגעגאנגען מוה"ר יואל בר"א טירנויער הי"ו,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
גלילה: מוה"ר חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו.

נאך מנחה איז פארגעקומען דעם מעמד שלש סעודות,
דער רב האט טועם געווען פירות און פיש, און דערנאך געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שיר המעלות: מוה"ר יצחק יודא פארגעס הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט דברי תורה אין די געהויבענע מינוטן בעת רעוא דרעוין ארומרעדנדיג בדברי הכנה ליו"ט פסח,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק אין די וואכעדיגע פרשה 'זאת תורת העולה' און מאריך געווען אינעם ענין אז מ'דארף דינען דעם אויבערשטן ריין לשמה לעשות נחת רוח נישט צו באקומען עפעס פאר דעם, און דאס איז די עבודה היינט נאכט ביים סדר,
און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע מעלה פון אריינגיין אינעם פסח פון א שבת קודש, אזויווי הרה"ק מהרי"ד מ'בעלז זי"ע האט מסביר געווען די טעם פארוואס סליחות איז דייקא מוצאי שבת.

דער רב האט ארומגערעדט בגודל קדושת החג, יעדע איד װערט נתעלה ביים סדר נאכט, אלע עבירות ווערן נמחל, פסח ביינאכט נישט דא קיין שום חילוק צווישן פשוט'ע אידן און גרויסע צדיקים,
און מסביר געווען דעם בני יששכר אז ניסן איז בגי' צוויי מאל פה, ווייל פסח ביינאכט איז די איינציגסטע מאל וואס מ'נוצט ביידע חלקי הפה צו עסן מצה ומרור און צו פארציילן יציאת מצרים.

דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב און אנגעוואונטשן אז מ'זאל קענען צוגיין צום יום טוב לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו און מ'זאל האבן אלע השפעות טובות.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
מ'האט געענדיגט ארום 8:40, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי.
👁 118
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג ניסן תשפ״ה · Apr 11, 2025 · 7:13 PM
#1176
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת צו =

ארום 7:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין היכל תהילת יוסף בבית מדרשינו הגדול און אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ.

אום 8:15 האט דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
שפעטער האט דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אינדערהיים האט דער רב פארקויפט די חמץ פאר'ן גוי און דערנאך ארום 10:45 איז דער רב ארויס צו ווייט קארנער ראסס וואו דער רב האט מקיים געווען מצות שריפת חמץ, דער רב האט אריינגעווארפן די לולב, צען ברעקלעך, און די איבריגע חמץ, און דערנאך געזאגט די יהי רצון מיט גרויס התעוררות.

ארום 4:30 איז דער רב אנגעקומען אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק' צו באקן מצות כנהוג,
דער רב האט אריינגעגאסן די וואסער אין די מעל און אליינס געקנעטן די מצות, אא"וו,
דער רב האט פארגעזאגט הלל מיט גרויס התעוררות און השתפחות הנפש,
מ'האט געענדיגט ארום 5:30 און דער רב איז אהיים לביתו.

"א גוט שבת, א גוט יו"ט"
~🌴~
👁 160
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג ניסן תשפ״ה · Apr 11, 2025 · 4:56 PM
#1175
🌴בצל מורינו🌴
= זמנים לימים הראשונים של יו"ט פסח הבעל"ט =

זמן הדלקת הנרות ער"ש: 7:17
סוף זמן אכילת חמץ: 10:20
סוף זמן ביעור וביטול חמץ: 11:38
זמן מוצאי יום טוב: 8:45

שבת קודש פרשת צו - שבת הגדול - ערב פסח:
תפילת מנחה וקבלת שבת: 8:00

תפילת שחרית יום שבת קודש: 6:20 באשמורת הבוקר, הודו 6:30

תפילת מנחה: 7:00,
דערנאך וועט פארקומען שלש סעודות במיני פירות, וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען הונדערטער אנשי שלומינו און אינאיינעם זינגען זמירות שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטן, דערביי וועט מען האבן די זכיה צו הערן דברי תורה פון הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א כהכנה לליל התקדש חג, מתובל בדברי חסידות, מוסר והשקפה.

א' דיום טוב:
תפילת מעריב והלל ברוב עם: בזמן ר"ת

תפילת שחרית: 10:30,
תפילת מוסף: בערך 1:00, דער רב וועט יורד זיין לפני התיבה צו תפילת מוסף וברכת טל.

מנחה ומעריב: בבית המדרש ברך משה דקהילתינו הק',
צווישן מנחה און מעריב וועט דער רב משמיע זײן א דרשה בענינא דיומא.

ב' דיום טוב:
נאכ'ן סדר וועלן זיך צוזאמקומען בביתו פונעם רב פילע אנשי שלומינו ובחורי חמד ווי יאר יערליך מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם ערשטן 'ספירת העומר' ביים רב,
די אדרעס איז: 92 Wilson St.

שחרית: בבית מדרשינו הגדול, בשעה 10:30

מנחה ומעריב: בבית המדרש בית מנחם צבי דקהילתינו הק',
צווישן מנחה און מעריב וועט דער רב משמיע זײן א דרשה בענינא דיומא.

א כשר'ן פרייליכן פסח!
~🌴~
👁 164