🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י׳ אייר תשפ״ה · May 8, 2025 · 11:02 PM
#1249
🌴 בצל מורינו 🌴
הנהלת כולל שומרי החומות בבית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א איינצולאדענען צום בעפארשטייענדע דינער דעם קומענדיגן זונטאג אמור אין וויליאמסבורג.
   ~🌴~
👁 302
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ אייר תשפ״ה · May 7, 2025 · 3:42 AM
#1223
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת אח"ק =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ז ע"ב - כ"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:30 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 3:45 נאכמיטאג איז דער רב צוריקגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים, און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בהיכל הביהמ"ד,
ארום 6:20 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 6:45 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון די בחורי הבר מצוה תאומים בני מוה"ר יואל ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון פרדס משה,
און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' עזריאל גוטמאן הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, בבית הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 128
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ אייר תשפ״ה · May 7, 2025 · 3:37 AM
#1222
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת אח"ק =

ארום 8:25 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה תושבי עיר וויליאמסבורג.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ז ע"ב - כ"ט ע"ב.

ארום 9:45 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בבית בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה לבן מוה"ר אברהם לעווינגער הי"ו, און די בר מצוה לבן הר"ר אליעזר יודא מאליק שליט"א - רב דביהמ"ד טורי זהב אליק וומ"ס אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 111
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ אייר תשפ״ה · May 7, 2025 · 3:31 AM
#1221
= רעוא דרעוין =

ארום 8:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט די זמירות שלש סעודות האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה, און אויף די מסורה 'כנגע נראה לי בבית' און 'מרחוק השם נראה לי', און עס אויסגעטייטשט אויף צוויי מהלכים, אויף איין וועג מסביר געווען דעם טעם פארוואס ביי א נקבה איז דא דאפעלט ימי טוהר ווי ביי א זכר, און אויפ'ן צווייטן אופן מבאר געווען דעם טעם פארוואס דווקא א כהן קען פסק'ענען אויף א נגע, און א ישראל אפי' א תלמיד חכם קען נישט.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען פייערדיגע דברי קנאות נגד רעיון מדינה הציונות, און אנגעהויבן אז היינט איז דאך יום אידם פון די ציונים ימ"ש, הגם מ'האט קיינמאל נישט ספעציעל געהאלטן דרשות ה' אייר ווייל אמונה און השקפה איז נישט קיין מצות עשה שהזמן גרמא, אבער דער רבי ז"ל האט דאך ביי יעדע שלש סעודות תורה גערעדט דערוועגן ממילא איז דער זמן מוכשר דערפאר.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז די עלטערע דור וואס האבן עס געהערט פונעם רבי'ן ז"ל אליינס האבן עס אסאך מער אין די ביינער ווייל ווען מ'האט געהערט ווי א צדיק אמת ווייטאגט אויף דעם ענין, אפי' ביי א פשוט'ע ה' מלך ביי שלש סעודות, אפילו מ'האט נאר געהערט די ווערטער 'בהתרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו', האט עס איבערגעלאזט א גרויסע רושם,
אבער ס'איז נישט קיין תירוץ פאר אונז אינעם היינטיגן דור צו זיין גלייכגילטיג דערצו, נאר מ'דארף חזר'ן די יסודות און זיך מחזק זיין אין די אמונה, ספעציעל יעצט ווען ס'איז א עת מלחמה איז שווערער די נסיון, ווייל די ידיעה אז די אראבער זענען רוצחים ברענגט אז דערפאר האפט מען און מען פרייט זיך מיט די נצחונות פון די מדינה, אבער מ'דארף וויסן אז באמת זענען די ציונים ימ"ש אסאך גרעסערע רוצחים כפשוטו וכמדרשו, סיי בגשמיות אז דורך זיי זענען שוין גע'הרג'ט געווארן אסאך מער אידן, און סיי ברוחניות ווייל 'גדול המחטיאו יותר מן ההורגו', מ'דארף וויסן אז די מדינה הטמאה איז א קאנקורענץ מיט'ן אויבערשטן, א קעגנזייטיגע זאך מיט אידישקייט און מיט די תורה, דער רב האט נאכגעזאגט פונעם טאטן זז"ג וואס האט געזאגט ביים סעודת הילולא פארגאנגענעם כ"ו ניסן במעמד אלופי אלפי ישראל בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל אז איינער וואס טרעט אויפ'ן ויואל משה טאר נישט האבן קיין אחיזה אין קרית יואל, און צוגעלייגט אז זיי טארן אויך נישט האבן קיין אחיזה ביי קיין שום איד אין הארץ, עס שטייט אז משיח קען נישט קומען ווילאנג עס איז דא מינות און אפיקורסות ביי אידן, ווילאנג די מדינה שטייט קען נישט משיח קומען, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אברהם בנציון ווערצבערגער הי"ו,
מ'האט געזינגען קל מסתתר, און דערנאך האט מען געבענטשט,
הגבהת הכוס: חתנו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 117
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט׳ אייר תשפ״ה · May 7, 2025 · 3:31 AM
#1220
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת תז"מ =

ערש"ק אום 8:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
מ'האט געדאווענט קבלת שבת און מעריב,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים, מ'האט געזינגען כל מקדש,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
מען האט אויפגעגעבן לעבער און דערנאך האט מען געזינגען קה אכסוף,
מיט ויהיו רחמיך האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו,
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ישראל יעקב יוקל אשכנזי שליט"א.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 120
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:10 AM
#1219
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת תז"מ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ט ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 121
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:10 AM
#1218
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת תז"מ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ח ע"ב - כ"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין חדר ד',
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו וואס איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י בית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴
👁 113
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:10 AM
#1217
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תז"מ =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ח ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 10:35 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 8:10 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם ווערטהיימער הי"ו און מוה"ר אברהם לעווי הי"ו לכבוד די קישור החיתון פון החתן דוד ווערטהיימער ני"ו העומד במסירות נפלאה לכל קדשי בית הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו - מאנסי, און מוה"ר הלל כהנא הי"ו, וואס זענען פארגעקומען אין די תנאים זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען ארום 11:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.


א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:09 AM
#1216
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תז"מ - ב' דראש חודש אייר =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ז ע"ב - כ"ח ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתעוררות רב,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 103
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:09 AM
#1215
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תז"מ - א' דראש חודש אייר =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ז ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
ארום 8:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתעוררות רב,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי ישיבה אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן, און דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און ארום 11:00 פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 8:20 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך ארויף בחדרו הפרטי,
שפעטער ארום 9:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ג'.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 109
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ח׳ אייר תשפ״ה · May 6, 2025 · 1:09 AM
#1214
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תז"מ =

אום 9:30 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ב ע"ב - כ"ז ע"א.

אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בביתו ישיבה קטנה ברך משה דקהילתינו הק' לעיקוואד, און זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים פון די פארגאנגענע זמן,
דער רב האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די בחורים און מרביצי תורה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 105
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ז׳ אייר תשפ״ה · May 5, 2025 · 11:02 PM
#1213
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל ר' עזריאל גוטמאן הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, היינט אויפדערנאכט בבית הנגיד ר' יחזקאל דוד הי"ו.
~🌴 ~
👁 266
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ג׳ אייר תשפ״ה · May 1, 2025 · 8:20 PM
#1212
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת שמיני =

ערש"ק אום 8:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
מ'האט געדאווענט קבלת שבת און מעריב,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט די זמירות שבת קודש האט דער רב מכבד געווען חשובי אנשי שלומינו הנאספים, מ'האט געזינגען כל מקדש,
דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקים בפרשת השבוע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול,
מען האט אויפגעגעבן לעבער,
מ'האט געזינגען קה אכסוף, ויהיו רחמיך, און דערנאך געבענטשט.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון רבותינו הקדושים וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן וואך,
מ'האט געזינגען אז ביום השביעי,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות,
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מוסף,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת, מ'האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רב פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= רעוא דרעוין =

ארום 8:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר יחזקאל פרענקל שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
שיר המעלות: מוה"ר בערל ווייס הי"ו.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו וירא אליכם כבוד השם', וואס דער מדרש זאגט 'אותו יצר הרע תעבירו מלבבכם'.

דער רב האט ארויסגעברענגט פילע נקודות בענינים הנוגעים למעשה און לויט דעם אויסגעטיישט דעם פסוק און דעם מדרש אויף פיר מהלכים,
די טעם פארוואס גדול המצוה ועושה איז ווייל עס גייט אריין אינעם מענטש די כח הקדושה פונעם אויבערשטער וואס איז דער משלח, און מיט דעם האט מען די מעגליכקייט צו באזיגן דעם יצר הרע,
די סיבה פארוואס מען דארף דאווענען אויפ'ן קול איז כדי אנדערע זאלן הערן און נתעורר ווערן, מ'טאר זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע וואס זאגט אז ס'איז גענוג צו דאווענען מיט'ן הארץ,
א מחשבה און א דיבור פון א איד איז מורא'דיג חשוב, א מענטש מיינט אמאל אז ס'איז גארנישט, ער ווייסט נישט ווי ווייט עס קען אויפטוהן, און די זעלבע זאך אויף לרע חס ושלום וויפיל ס'קען חרוב מאכן,
אפי' מ'האט שוין מקיים געווען אלע מצוות פונעם יום טוב פסח העעל"ט, קען מען נאכאלץ פאררעכטן אויב מ'האט נישט ריכטיג מקיים געווען, מ'קען נאך יעצט מתקן זיין וואס ס'וואלט ווען געווען בעסער ווען דער אויבערשטער געט ווען נאכאמאל די מצוות יעצט,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: הרה"ח ר' מענדל בער פאוועל הי"ו,
דערנאך האט מען געבענטשט,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' מרדכי יוסף ווייסמאנדל שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 187
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז ניסן תשפ״ה · Apr 25, 2025 · 4:23 PM
#1211
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת שמיני =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ"ו ע"א - כ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג'.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 214
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ז ניסן תשפ״ה · Apr 25, 2025 · 4:23 PM
#1210
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג שמיני - כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע =

אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בהיכל ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בראשות רבינו שליט"א,
דערנאך איז דער רב ארויף אויפ'ן ביה"ח דקהילתינו הק' פוקד צו זיין ציון הק' פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט ממלא מקומו בקודש כ"ק מרן רבינו שליט"א.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.

שפעטער פארנאכטסס איז דער רב צוריקגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום סעודת הילולא - שלחן הטהור ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

נאכ'ן טיש האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 194