🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ג ניסן תשפ״ה · Apr 21, 2025 · 3:31 PM
#1203
= נעילת החג =

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב אריבער צום ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה,
דער ראחמיסטריווקא רבי האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און מ'האט זיך געזעגנט לשלום.

ארום 7:45 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה ונעילת החג,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יעקב גליק שליט"א.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דעם מעמד נעילת החג במקהלות אלפי אנשי שלומינו,
מען האט געזינגען ניגוני יו"ט און ניגוני גאולה,
דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו האט אנגעגאסן לחיים און דער רב האט געוואונטשן לחיים פאר די חברה קדישא, און דערנאך פאר'ן גאנצן ציבור,
מען האט אויפגעגעבן פירות, דער רב האט טועם געווען און מען האט פארטיילט פאר'ן ציבור, און דער רב האט געמאכט א נאך ברכה.

מיטן פיוט מלך רחמן האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה לסיום ימי החג אינעם פיוט 'חסל סדור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו, כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו', און ארויסגעברענגט אז מען דארף מיטנעמען דעם יום טוב אויף ווייטער עס זאל בלייבן א טעם פון די מצוות וואס מ'האט מקיים געווען, אזויווי ביי קרבן פסח איז די הלכה אז עס דארף בלייבן א טעם נאכ'ן עסן.

דער רב האט ארומגערעדט איבער עטליכע נקודות, צווישן אנדערע; פסח איז דער חג האמונה, אפילו ס'איז נתגלה געווארן גרויסע זאכן און מ'זעהט גרויסע נסים, דארף מען נאכאלץ גלייבן אינעם אויבערשטן מיט אמונה פשוטה אז וויפיל מ'זעהט קען דער אויבערשטער אסאך מער די זעלבע איז ביי א מצוה, וויפיל מ'ווייסט און וויפיל טעמים מען זאגט, איז עס סאך טיפער פון וויפיל מיר פארשטייען, למשל קרבן פסח וואס האט א דין אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן וואס איז פשוט כדי ס'זאל בלייבן די טעם בפיו, מוז זיין עפעס מער דערפון ווייל ס'האט נישט קיין פשט אז ס'דארף בלייבן א טעם פאר געציילטע מינוטן לויט די שיטות פון עטליכע תנאים, ועוד,
ניסן איז בגי' צוויי מאל פה, ס'איז די איינציגסטע מאל וואס מ'איז מקיים א מצוה מיט ביידע חלקי הפה, און מאריך געווען בענין קדושת הדיבור ארויסברענגענדיג די גרויסע כח וואס א דיבור פון א איד האט און וויפיל עס קען אלץ אויפטוהן, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב אויפגעשטעלט טאנצן חסל סידור פסח ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט זינגענדיג דעם ניגון פאר קרוב צו דרייסיג מאל, און דערנאך פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים דריי מאל בהתלהבות אש ווען דער גאנצער ציבור זאגט איבער.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
נאך תפילת מעריב האט דער רב געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

ביים אנקומען אהיים האט דער רב צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 181