🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ׳ ניסן תשפ״ה · Apr 18, 2025 · 3:03 PM
#1183
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג - יום ג' דחוה"מ פסח =

ארום 9:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין חדר זכרון זאב בבית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם דאווענען מיט'ן רב ובפרט דעם אמירת הלל בהתלהבות אש,
בעל תפילה: הר"ר ישראל מרדכי גוטמאן שליט"א,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - מוה"ר אהרן ניישטאדט הי"ו, ספר ב' - ר' משה בהר"מ הירש הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
כהן: הבה"ח זלמן לייב גלאנץ ני"ו בן הרה"ג ר' יואל שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' שמשון בוים הי"ו,
הגבה: מוה"ר חיים יושע פאלקאוויטש הי"ו,
גלילה: ר' מנחם גרשון ראזענבערג הי"ו,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: ר' שמואל ישעי' שפיטצער הי"ו,
גלילה: מוה"ר יונה ווייס הי"ו.

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען ר' ניסים שווארץ הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 11:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים מעמד 'פדיון פטר חמור' וואס איז אפגעראכטן געווארן דורך אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במעמד אלפי אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

נאכ'ן מעמד איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
נאך מנחה האט דער רב מיטגעהאלטן דעם פריוואטן סעודה לכבוד החגיגה ולכבוד המועד בראשות רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די בני המשפחה.

נאכ'ן סעודה האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

א גוטן מועד.
~🌴~
👁 135