🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ג ניסן תשפ״ה · Apr 11, 2025 · 3:17 AM
#1167
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת צו =

ארום 6:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין היכל תהילת יוסף בבית מדרשינו הגדול און אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 12:00.

ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך אריין היכל תהילות יוסף און ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

= ליל בדיקת חמץ =

ארום 8:00 איז דער רב ארויסגעקומען פארנט פון בית מדרשינו הגדול צום מעמד שאיבת מים שלנו במעמד הונדערטער אנשי שלומינו,
דער רב איז ארויף אויפ'ן בימת הכבוד, צום ערשט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני הכנה, דערנאך האט דער רב געשעפט מים שלנו פונעם קראן און אנגעפילט עטליכע קריגלעך מיט וואסער פאר מים שלנו,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ פאר לענגערע מינוטן און ס'האט נאכגעפאלגט מיט פייערליכע טענץ פונעם גאנצן ציבור,
מ'האט געענדיגט ארום 8:40 און דער רב איז צוריק אריין אין ביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אין היכל תהילות יוסף ברוב עם.

נאך מעריב איז דער רב אהיים לביתו וואו דער רב האט בודק חמץ געווען.

ארום 10:45 איז דער רב צוריק אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול וואו דער רב האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 12:00 אין היכל תהילות יוסף.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 167
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ב ניסן תשפ״ה · Apr 10, 2025 · 3:13 PM
#1150
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת צו =

ארום 6:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין היכל תהילת יוסף בבית מדרשינו הגדול און אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.

דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 12:00.

ארום 8:00 אויפדערנאכט איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך אריין היכל תהילת יוסף און ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

בזמן רבינו תם האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד'.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יואל בר"ב שטיין הי"ו,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יקותיאל יצחק פרענקל הי"ו,
און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יעקב וואלדמאן הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ב ניסן תשפ״ה · Apr 10, 2025 · 3:13 PM
#1149
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת צו =

ארום 6:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין היכל תהילת יוסף בבית מדרשינו הגדול און אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.

דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 12:00.

ארום 8:00 אויפדערנאכט איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך אריין היכל תהילת יוסף און ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ פאר עטליכע שעה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 119
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ ניסן תשפ״ה · Apr 8, 2025 · 5:08 PM
#1147
↩
0:16 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים לחיים נאך כתיבת האותיות פארגאנגענעם מיטוואך פרשת פקודי אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך כלל חסידי וויען לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א
~🌴~
👁 133
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ ניסן תשפ״ה · Apr 8, 2025 · 2:58 PM
#1146
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת צו =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול.

ארום 8:00 האט דער רב אנגעהויבן אויפנעמען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ ביז ארום 11:00 אין היכל תהילות יוסף.

ארום 7:15 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול דקהל תורת חיים וויזניץ זיך משתתף זיין ביים יארצייט טיש פון ש"ב כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ וומ"ס שליט"א לרגל הילולת זקינם הרה"ק בעל אמרי חיים מ'וויזניץ זצ"ל,
האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א האט מכבד געווען דעם רב פארצוזינגן חמול,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א.

ארום 8:00 איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול און ווייטער אויפגענומען אנשי שלומינו פאר מכירת חמץ בהיכל תהילות יוסף.

ארום 8:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר ב', און נאך מנחה ממשיך געווען אויפצונעמען אנ"ש פאר מכירת חמץ.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 417
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י׳ ניסן תשפ״ה · Apr 8, 2025 · 2:57 PM
#1145
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת צו =

ארום 9:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף כ' ע"א - כ"א ע"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 125
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ח׳ ניסן תשפ״ה · Apr 6, 2025 · 10:18 PM
#1144
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת ויקרא =

ארום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 142
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ח׳ ניסן תשפ״ה · Apr 6, 2025 · 10:17 PM
#1143
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת ויקרא =

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך בענדיט הכהן גליק הי"ו וואו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם.

ארום 8:30 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
ארום 5:00 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול ק"י.

ארום 6:00 זענען אריין צום רב בביתו א חלק תלמידי ישיבה קטנה סניף שביל התורה און זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א,
דער רב האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט מיט א קענטיגע קורת רוח.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
צװישן אנדערע ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו - חבר הנהלת ישיבת דרך התורה און מוה"ר מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט.,
און ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס.

שפעטער האט דער רב קובע מזוזה געווען ביי עטליכע אנ"ש תלמידי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

ארום 9:30 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר ישראל יעקב הירש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודא מיטטעלמאן הי"ו אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס צוגעשטעלט דורך די זיידע הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביי די חתונה פון החתן בן הרבני הנגיד ר' פנחס משה לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יוסף ליכטנשטיין הי"ו אין די זאל פון הייטנער,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים אביש לאקס הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר שמעי' פרידלענדער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 140
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ח׳ ניסן תשפ״ה · Apr 6, 2025 · 5:31 PM
#1141
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת ויקרא =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד לב אהרן דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בבנין הביהמ"ד.

ארום 11:30 פארמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין עזרת נשים בביהמ"ד הגדול און ווידער עוסק געווען אין אויסקלויבן די ווייץ קערנדלעך פאר די מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט אינאיינעם מיט עטליכע תלמידי ישיבה לצעירים,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 1:30.

ארום 4:00 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אינעם בית האופה דקהלתינו הק',
צום ערשט האט זיך דער רב אומגעקוקט אויף די גאנצע סדר האפי' אינעם בעקעריי,
דערנאך איז דער רב אריין אינעם מאלן שטוב וואו דער רב האט עוסק געווען בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
צווישן אנדערע ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יעקב יודא ווייס הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שאול יחזקאל ווערצבערגער הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב מרדכי יאזשעף הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר שלמה זלמן גראס שליט"א אין די זאל פון קאנטינענטאל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 143
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ח׳ ניסן תשפ״ה · Apr 6, 2025 · 5:31 PM
#1140
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ויקרא =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול, וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד'.

פאר'ן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו וואו דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם.

ארום 12:00 מיטאג איז דער רב אריבער אינעם עזרת נשים בביהמ"ד הגדול וואו מען האט אריבער געברענגט די זעק ווייץ וואס דער רב וועט נוצן אויף צו מאכן מצות לכבוד חג הפסח הבעל"ט, אינאיינעם מיט עטליכע תלמידי ישיבה לצעירים, דער רב האט אויסגעקליבן די ווייץ קערנדלעך פון די שאלעכץ ארום עס זאל זיין גרייט צו מאכן דערפון מעהל פאר די מצות,
דער רב האט עוסק געווען מיט'ן אויסקלויבן די ווייץ פאר אריבער צוויי שעה, און דערביי אנגעוויזן פאר די בחורים פארשידענע הוראות, און בשעת מעשה געזאגט לשם מצות מצוה,
דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד ארום 2:00.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר שלמה יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברמ"ג לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

דערנאך ארום 8:30 איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בבית המדרש בנין געלבשטיין דקהילתינו הק' בשכונת קעסקעיד וואו עס איז פארגעקומען א סיום אויף הלכות טהרה געלערנט דורך לומדי כוללינו וומ"ס סניף קעסקעיד אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם היכל לב אהרן וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן אינעם ביהמ"ד,
רבינו שליט"א האט זיך באגריסט מיט בנו הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א און מיט די אנדערע רבנים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א, פאר הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, פאר הר"ר ברוך שטערן שליט"א - ראש החבורה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די לומדי הכולל און מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 8:45.

דערנאך איז דער רב אריבער אינאיינעם מיט רבינו שליט"א אויף ניחום אבלים ביי הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר' שלמה יאקאבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברמ"ג לעבאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 141
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ד׳ ניסן תשפ״ה · Apr 2, 2025 · 3:13 PM
#1138
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת ויקרא =

ארום 6:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין ק"י, וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די טויזענטער מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב איז ארומגעגאנגן נאך געלט בטירחא דגופא פאר קרוב צו זיבן שעה, ביז ארום 1:00,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אין חדר יוסף אליהו,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר ישראל יעקב הירש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודא מיטטעלמאן הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מרדכי ארי' שפיטצער הי"ו און מוה"ר יואל בר"ה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל, וואו דער רב האט געליינט תנאים.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים בר מצוה לבן הרב יהודה יודקובסקי שליט"א בן האדמו"ר מסטוטשין שליט"א וחתן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהילתינו הק' לאנדאן,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וומ"ס האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל משה רייז הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר ישעי' זילבערשטיין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און דערנאך ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו אין ת"ת וויזניץ.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 181
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ ניסן תשפ״ה · Apr 1, 2025 · 4:03 PM
#1129
🌴 בצל מורינו 🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים מעמד סיום הזמן פאר די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים אינאיינעם מיט'ן מסיבת סיום מסכת בבא מציעא דורך די מצוייני תלמידי הישיבה סניף קדושת יואל פארגאנגענעם מיטוואך בבנין הישיבה סניף קדושת יואל
~🌴~
👁 208
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ג׳ ניסן תשפ״ה · Apr 1, 2025 · 3:21 PM
#1118
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת ויקרא - ראש חודש ניסן =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק', וואו דער רב איז ארומגעגאנגען צווישן די מתפללי הביהמ"ד בעת די מניני שחרית אויפצוטרייבן סכומים הגונים לטובת דעם יערליכן קמחא דפסחא חלוקה דורכ'ן רב פאר די נצרכי אנ"ש לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית והלל אום 8:30 אין חדר יצחק בבנין הביהמ"ד.

ארום 12:00 האט דער רב פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף י"ז ע"ב - י"ט ע"ב.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יעקב הילל ליכטנשטיין הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו - פטרון חבורת תורתך שעשועי, אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"ב ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל.

נאך די חופות האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יעקב הילל ליכטנשטיין הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חיים יוסף ראזענפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווייס הי"ו אין די זאל פון כתר ריזל,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר שמעון דוד אלי' שאלאמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברא"מ כ"ץ הי"ו אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 126