= ליל א' דפסח =
ביים זמן רבינו תם איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מעריב,
צום ערשט האט דער רב געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט,
מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית חתנו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א וואו דער רב האט געפירט דעם סדר אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
= יום א' דפסח =
ארום 10:35 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
צו ברכות ופסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו,
בעל תפילה שחרית והלל: הר"ר דוד דוב מייזליש שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ספר א' - הר"ר משולם מרגליות שליט"א, ספר ב' - ר' חיים הורוויץ חתן הרה"ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק',
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו,
שלישי: ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
רביעי: הרה"ח ר' יחזקאל וואלף שטארק הי"ו,
חמישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' אברהם שלום סטראלאוויטש הי"ו,
גלילה: מוה"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו,
מפטיר: מוה"ר יואל וועלץ הי"ו,
גלילה: האברך ב"ר משה אלי' גראס הי"ו.
נאכ'ן ליינען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן דעם קיטל,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף וברכת טל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו,
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה פאלקוויטש הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט יו"ט.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר חיים אליעזר פאלקאוויטש הי"ו וואו דער רב האט געזאגט די ברכות וקריאת השם,
מען האט געענדיגט ארום 2:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
= ליל ב' דפסח =
ארום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין בית המדרש ברך משה דקהלתינו הק', צום ערשט איז דער רב געגאנגען אין מקוה,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא הי"ו.
נאך תפילת מנחה האט דער רב משמיע געווען א דרשה לכבוד החג ארומרעדנדיג בענינא דיומא, און ארויסגעברענגט אז די צווייטע סדר נאכט איז גרעסער ווי די ערשטע וויבאלד ביים צווייטן סדר האלט מען שוין נאכ'ן ארייננעמען מצה וואס איז מקדש א מענטש,
מ'דארף וויסן אז ס'איז נישט סתם מ'טוט נאכאמאל די זעלבע זאך נאר ס'איז אן אנדערע בחינה אינגאנצן, און אויפגעבויעט אז ווען משיח גייט קומען און די יום טוב שני של גליות גייט בטל ווערן, וועט מען אבער ווייטער פירן א צווייטע סדר.
דער רב האט מוסיף געווען אז מיר ווייסן אז ווען מ'טוט תשובה מיראה איז זדונות נעשו לו כשגגות, תשובה מאהבה זדונות נעשו לו כזכיות, דער צל"ח זאגט אז פון צוויי מאל תשובה מיראה ווערן די זדונות אויך זכיות, און מצה איז משפיע יראת שמים, קומט אויס אז ווען מ'האט צוויי סדרים טוט מען צוויי מאל תשובה מיראה, איז מען זוכה אז די זדונות ווערן איבערגעדרייט צו זכיות.
דער רב האט ארויסגעברענגט אז פסח ביינאכט טאר מען נישט זיין צוקלאפט ווייל מ'איז בבחינת מלך במלוכה און מ'דארף ברענען מיט א גאוה דקדושה,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז דער באשעפער קומט אראפ אין אידישע הייזער איז ער מוחל די עבירות, און איז משפיע אז מ'זאל זיין געזונט, און ס'זאל נישט זיין קיין צרות מער.
נאכ'ן דרשה ביים זמן רבינו תם האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב, און דערנאך פארגעדאווענט הלל מיט גרויס התעוררות,

מען האט געענדיגט ארום 9:35, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו וואו דער רב האט געפראוועט דעם סדר אויף א פריוואטע פארנעם אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ביי שפוך חמתך ארום 2:15 האט מען געעפנט דעם טיר פאר'ן ציבור אנשי שלומינו,
דער רב האט ממשיך מיט'ן סדר ההגדה, און געזאגט הלל, נשמת וכו' בהתעוררות גדול ובבכיות עצומות,
נאכ'ן כוס רביעי האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך האט זיך דער רב געוואשן די הענט און בשלהבת אש קודש אנגעהויבן דעם לשם יחוד און געציילט דעם ערשטן ספירה בקול בוקע רקיעים, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא כנהוג,
דערנאך האט דער רב געוואונטשן דעם ציבור הנאספים בברכת גוט יו"ט, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

👁 107