🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ז׳ אב תשפ״ה · Aug 1, 2025 · 3:40 PM
#1923
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת דברים =

אום 9:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר עקיבא געשטעטנער הי"ו,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30, און דער רב איז אהיים לביתו וואו עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל הנחת תפילין.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י,
ארום 7:20 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי מחותנו הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א היושב ע"פ אחיו הרה"ח ר' יושע אהרן בערקאוויטש ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות אבילות בימי השבעה ובימי בין המצרים, און דער רב האט מנחם געווען די אבלים.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 156
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · ז׳ אב תשפ״ה · Aug 1, 2025 · 4:21 AM
#1922
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת דברים =

אום 8:00 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח,
דערנאך האט דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם בנין הישיבה אין וואס מ'האט זיך אריינגעצויגן אין די פארגאנגענע וואכן,
דער רב האט קובע געווען א מזוזה אויף דעם שער הביהמ"ד, און דערנאך מכבד געווען די רמ"י הישיבה צו קלאפן א מזוזה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן וועכנטליכן שבת אחים,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון די יעצטיגע טעג אין וואס מיר שטייען, די ימי בין המצרים, און ווי שטארק אידן דארפן ארויסקוקן אויסגעלייזט צו ווערן פונעם ביטערן גלות, און האפנטליך דאס יאר וועט שוין תשעה באב זיין א גרויסע געהויבענע יו"ט,
דער רב האט ארויסגעברענגט פאר די בחורים אז אזויווי ביי מצות מזוזה מאכן מיר א פשרה עס צו לייגן שיעף און יוצא זיין ביידע שיטות, דארפן די בחורים אין ישיבה אויך זעהן צו מאכן פשרות כדי מרבה צו זיין באהבת חברים, ספעציעל ווען מען דרייט זיך צוזאמען א גאנצן טאג און מען שלאפט איבער אין ישיבה איז גרינגער מרבה צו זיין מיט אהבה ואחוה וואס דאס איז מקרב דעם גאולה שלימה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

ארום 4:20 נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די קעטסקילס,
ארום 5:00 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה לצעירים, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 5:30 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף מבצר התורה בהנהלת הר"ר נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א וועלכע געפונט זיך אין די מאנטיסעלא געגנט,
ביים אנקומען איז דער רב אריין בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט בעניני גלות וגאולה ובפרט איבער דעם ענין פון צפית לישועה, ווי שטארק א איד דארף האבן בענקעניש אויף די גאולה שלימה אז ס'זאל שוין זיין בקרוב ממש, און אויסגעפירט אז מ'דארף האפן אז דעם קומענדיגן זונטאג זאל שוין זיין א יום טוב, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
מ'האט געענדיגט ארום 7:20, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:50 איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה קטנה סניף נזר התורה בהנהלת הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א וועלכע געפונט זיך אינעם מאונטענדעיל געגנט,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער דעם גאלדענעם געלעגנהייט וואס מ'האט דא אין קעמפ אין די זוממער וואכן צו ארבעטן אויף מידות טובות וואס אזוי איז מען מקרב די גאולה אויף וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר, און ארויסגעברענגט וויפיל מ'קען אויסנוצן די טעג און וואכן צו שטייגן מעלה מעלה אויף אן אויסטערלישן פארנעם, און מ'זאל זעהן עס אויסצונוצן און נישט פארפאטשקענען דעם געלעגנהייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה חברי חבורת קדושת יום טוב אריינצוגיין פריוואט צום רב און זיך אדורכשמועסן ענינים וואס זענען נוגע אין פערזענליכן לעבן,
מ'האט געענדיגט ארום 8:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג צוריק קיין מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 176
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ה׳ אב תשפ״ה · Jul 30, 2025 · 7:42 PM
#1918
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת דברים =

אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל חיים בבית מדרשינו הגדול ק"י,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15.

נאכן דאווענען איז דער רב ארויף צום שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישי גאלדבערגער הי"ו, דער רב איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות וקריאת השם,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די בעלי שמחה.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף נז - נח,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, און דערנאך אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 201
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אב תשפ״ה · Jul 28, 2025 · 4:33 PM
#1917
= רעוא דרעוין =

אום 7:05 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.

ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה בהתעוררות רב פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'נחנו נעבור חלוצים' און אויף די מסורה פון 'נחנו פשענו ומרינו', און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארומגערעדט פון פילע ענינים הצריכין חיזוק וואס איז נוגע ספעציעל פאר בחורי חמד אינעם טאג טעגליכן לעבן,
צווישן אנדערע האט דער רב ארויסגעברענגט אז אויב א איד טוט א מצוה נאר מיט 'אביסל' מחשבה, ווערן גערעכנט זיינע עבירות אפי' ער האט נישט אינגאנצן אינזין צו זינדיגן קעגן אויבערשטן, ממילא דארף מען זעהן צו דאווענען מיט כוונה און אינזין האבן וואס מ'רעדט אז די עבירות זאלן נישט גערעכנט ווערן,
אבער מיט דעם אלעם בעהט מען דעם אויבערשטן אז ער זאל מקיל זיין פון ביידע זייטן, סיי אננעמען די תפילות אפי' אויב מ'דאווענט נישט מיט'ן גאנצן הארץ, און סיי נישט רעכענען די עבירות ווען ס'איז נישט מיט'ן גאנצן הארץ.

שטייענדיג אין די ימי בין המצרים האט דער רב מאריך געווען בקול בכי איבער עניני גלות וגאולה, וויאזוי פשוט'ע אידן פון די פריערדיגע דורות האבן געוויינט און געבלוטיגט אויף צער וגלות השכינה, זיי האבן עס נישט אויסגעהאלטן, און ארויסגעברענגט די יראת שמים וואס די אמאליגע דור פלעגט האבן,
בפרט די צדיקי הדורות ווי דער הייליגער ישמח משה זי"ע וואס האט ממש איינגעריסן וועלטן פאר ביאת המשיח אן אמת'דיג געהאפט און משתוקק געווען דערצו,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז משנכנס אב ממעטין בשמחה, עס איז אסור צו טוהן געוויסע גשמיות'דיגע זאכן ווי עסן און טרינקען, צו זאגן פאר א מענטש, דו האסט נישט גוט אפגעלערנט 'שמחה', ממילא הער אויף צו טוהן די מיני שמחה, מ'דארף זיין בשמחה אז מ'איז א איד, דאס מיינט אמת'ע שמחה,
און אויסגעפירט מיט'ן ענין פון זיך צוגרייטן אין די טעג, און וויסן וואס די טעג זענען און וואס עס מיינט פאר אונז, און זעהן צו לערנען חסיד'ישע ספרים. און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה.

נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים האבן געזינגען,
דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

מוצאי שבת קודש ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 215
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ג׳ אב תשפ״ה · Jul 28, 2025 · 4:32 PM
#1916
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת מטו"מ - ראש חודש מנחם אב =

ערש"ק ארום 7:30 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:10, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום 10:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן ש"ב הב' שלום אליעזר ני"ו בן הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס.

דער רב האט זיך געוואשן און מהאט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שבת,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע,
און ארומגערעדט איבער דעם ענין פון זיך צוגרייטן צום דאווענען מיט אן ערנסטקייט, ס'איז דא צוויי נקודות וויאזוי מ'דארף צוגיין צו א דאווענען, איינס דע לפני מי אתה עומד, צווייטנס נישט רעדן פאר'ן דאווענען, דער רב האט גאר שטארק צולייגט דעם ענין ווי חשוב עס זענען די תפילות פון יעדן איד און ווי שטארק מ'קוקט ארויס דערויף אויבן אין הימל און וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מען קומט אריין אין ביהמ"ד און מ'דאווענט שנעל אפ, און מעורר געווען די בחורים אז עס דארף זיין נארמאל און מ'דארף אפילו נישט רעדן פון אזעלכע ענינים.

מ'האט געזינגען די זמירות שבת, כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן די זופ,
דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'לא יחל דברו' און אויף די מסורה 'יחל ישראל אל ה', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול, און אויף עטליכע מהלכים בדרך פרד"ס.

מ'האט אויפגעגעבן די פלייש און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט מען געבענטשט,מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר הערשל טעללער שליט"א - ר"מ בישיבה,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון קרייזער רב הרה"ק ר' אהרן הלברשטאם זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק - ר"ח מנחם אב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

שבת אינדערפרי ארום 10:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית ואמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאך תפילת מוסף זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:20, און דער רב איז אהיים לביתו.

נאך עטליכע מינוט ארום 1:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט געמאכט קידוש, און דערנאך זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט לענגערע זמירות שירות ותשבחות, ונגיני גלות וגאולה.

מען האט אויפגעבן די אייער און די טשולענט און די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה,
מ'האט געענדיגט ארום 3:00, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ב׳ אב תשפ״ה · Jul 27, 2025 · 10:01 PM
#1914
🌴בצל מורינו🌴
מכתב חיזוק מאת הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לתלמידי ישיבותינו הקדושות חברי חבורת קדושת יו"ט וואס איז נתייסד געווארן און ווערט פערזענליך געפירט דורכן רב שליט"א.
~🌴~
👁 433
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · ב׳ אב תשפ״ה · Jul 27, 2025 · 11:10 AM
#1910
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת הברית און מסיבת לחיים לבן הנולד אצל ר' ישי גאלדבערגער הי"ו היינט אינדערפרי בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש.
~🌴~
👁 206
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ט תמוז תשפ״ה · Jul 25, 2025 · 6:57 PM
#1909
בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת מטו"מ =

ארום 10:20 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר שמואל בנימין בביהמ"ד הגדול,
מען האט געענדיגט ארום 11:25 און דער רב איז אהיים לביתו.

שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי וואו דער רב וועט פראווענען שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ט תמוז תשפ״ה · Jul 25, 2025 · 6:56 PM
#1908
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת מטו"מ =

ארום 9:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט געצינדן לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
ארום 8:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין ק"י,
צווישן אנדערע ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל הערש שפיטצער הי"ו - וומ"ס און מוה"ר יואל בעריש עקשטיין הי"ו - וומ"ס, אין די זאל פון ברכה גארדענס שע"י ביהמ"ד בעהוץ, וואו דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל הערש ליכטנשטיין הי"ו און מוה"ר יושע הערש ברמ"י גליק הי"ו, וואו דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר דוד יודא פריעדמאן הי"ו און מוה"ר יואל בר"מ שלעזינגער הי"ו אין די זאלן שע"י ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א אויף איהעל קט.

שפעטער איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין ק"י וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 137
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ט תמוז תשפ״ה · Jul 25, 2025 · 6:56 PM
#1907
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת מטו"מ =

נעכטן דינסטאג ארום 9:15 אויפדערנאכט האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם, אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

היינט מיטוואך אום 9:45 אינדערפרי האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 164
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ח תמוז תשפ״ה · Jul 24, 2025 · 11:45 AM
#1906
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת מטו"מ =

אום 9:15 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 6:00 נאכמיטאג איז פארגעקומען בביתו א לענגערע אסיפה אינאיינעם מיט עטליכע דייני קהילתינו און די ראשי הנהלת בית האופה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
וואו מען האט דן געווען איבער עטליכע ענינים לקראת חג הפסח שנת תשפ"ו הבעל"ט.

אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 188
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ח תמוז תשפ״ה · Jul 24, 2025 · 11:45 AM
#1905
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת מטו"מ =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
פאר'ן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר דוד שטערן הי"ו - וומ"ס,
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו וואו עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף נה - נו,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 129
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ז תמוז תשפ״ה · Jul 23, 2025 · 1:23 AM
#1904
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת פנחס =

ערש"ק ארום 7:30 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 10:20, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום 10:35 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען אלע בחורים,
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן ש"ב הב' שלום אליעזר ני"ו בן הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס.

דער רב האט זיך געוואשן און מהאט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שבת,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע, און ארומגערעדט איבער דעם ענין פון מאכן מאה ברכות יעדן טאג, די חשיבות און גרויסקייט דערפון, און די סגולות וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך, אזוי אויך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם נחיצות פון זיין צייטליך ביים דאווענען יעדן טאג ובפרט שבת, און פארלאנגט אז די בחורים זאלן שטיין דערויף מיט א שטארקייט.

מ'האט געזינגען די זמירות שבת, כל מקדש און מנוחה ושמחה,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן די זופ,
דערנאך האט דער רב האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'אכל חלב ביוה"כ'.

מ'האט אויפגעגעבן די פלייש און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
דערנאך האט מען געבענטשט,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הר"ר יעקב יצחק ווינקלער שליט"א - ר"מ בישיבה,
נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות,
דערנאך האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פונעם ראש השושלתא מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן דאנערשטאג כ"ח תמוז,
מ'האט געענדיגט ארום 1:40, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

שבת אינדערפרי אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית, דער רב האט געזאגט ברכות,
מען האט ממשיך געווען מיט פסוקי דזמרה און תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות,
דערנאך האט דער רב יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מוסף לרגל דעם יארצייט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ישמח משה זי"ע,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעוא דרעוין =

אום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.

ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
און מען האט ממשיך געווען מיט לענגערע ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט, צווישן אנדערע האט מען געזינגען די ניגונים איזהו מקומן און אני מאמין בהתעוררות רב.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'פינחס בן אלעזר בן אהרן הכהן השיב את חמתי מעל בני ישראל', און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון קנאת סופרים תרבה חכמה, און ארויסגעברענגט אז אין קעמפ איז עס אסאך מער נוגע, און מ'דארף עס זעהן אויסצונוצן למוטב,
דערנאך האט דער רב מאריך אינעם ענין פון כוונה בתפילה, מ'זאל אינזין האבן וואס מ'זאגט ביים דאווענען, ובפרט אין די יעצטיגע טעג פעלט אויס זיך מער מתאמץ צו זיין צוצולייגן כוונה ביי די שטיקלעך וואו מען בעהט אויף ביאת המשיח, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני קודש, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה.

נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים האבן געזינגן,
דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 150
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ז תמוז תשפ״ה · Jul 23, 2025 · 1:22 AM
#1903
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת פנחס =

אום 8:30 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז געגעבן געווארן דעם געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך אדורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן,
דערנאך ארום 10:15 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 8:10 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אין חדר דוד ארי',
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האבן די גבאי הביהמ"ד צוגעוויזן פאר'ן רב די בוי ארבעט וואס ווערט געמאכט אין די יעצטיגע טעג גענצליך איבערצופרישן און פארשענערן דעם מזרח וואנט בהיכל הביהמ"ד, און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר די גבאים און עסקנים פונעם פראיעקט.

נאכ'ן דאווענען האט זיך דער רב באגריסט מיט גיסו הרה"ג ר' חיים שלום הלברשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און מיט הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - רב דקהל בוענאס איירעס וומ"ס, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.

שפעטער האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
צווישן אנדערע האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר דוד שטערן הי"ו - וומ"ס, אין די זאלן פון קרן ויואל משה,
און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יואל ב"ר אברהם יצחק קאהן הי"ו אין די זאל פון אשת חיל.

שפעטער אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע געפונט זיך אויפן רוט 208 אין קרית יואל המורחבת, וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

פרייטאג אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים אין ליבערטי וואו דער רב האט געפראוועט שבת אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 138
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:21 PM
#1902
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת פנחס =

ארום 9:45 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט זיך אויפגעהאלטן משכ'ן טאג.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 236
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:21 PM
#1901
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת פנחס =

אום 9:10 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 10:15 און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה,
און דערנאך אום 8:05 איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

ארום 9:00 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין וויליאמסבורג,
ארום 11:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 204
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:21 PM
#1900
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת פנחס =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן מוה"ר שלמה זלקא מויזקאפף הי"ו - ק"י,
דערנאך האט דער רב געצינדן פינעף לעכט לרגל הילולת זקינו הרה"ק ר' משה דוד אשכנזי זצ"ל מטאלטשאווא.

מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו אינעם מחנה,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בר מצוה בחור בביתו.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל,
ארום 8:00 פארנאכטס איז דער רב אנגעקומען אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט בבנין מבצר הכוללים וואו עס זענען געווען פארזאמלט הונדערטער בעלי בתים ואבריכם און לומדי הכולל און געמאכט די ערשטע בחינה פונעם צווייטן מחזור לימוד כל הש"ס בחבורת תורתך שעשועי דקהילתינו הק',
דער רב האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די הונדערטער נבחנים, און זיך דערנאך אראפגעזעצט מאכן די בחינה,
אויפ'ן וועג ארויס האט דער רב אנגעוואונטשן פאר די ראשי ועסקני החבורה.

דערנאך ארום 8:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר מרדכי בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו די קעטסקילס,
ארום 10:15 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים אין מאנטיסעלא וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב אין חדר בית אליעזר דוב בביהמ"ד הגדול,
נאך מעריב איז דער רב אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך באגריסט מיט הרה"ג ר' שמואל דוד סאקס שליט"א - מרבני הקריה, און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד וואס איז געווען פיל מיט לומדי התורה, פאר א שטיק צייט מיט גרויס קורת רוח.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין מחנה ישיבה לצעירים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 154
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:20 PM
#1899
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת פנחס - שבעה עשר בתמוז =

אום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00, און דער רב איז אהיים לביתו.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו קרית ויואל משה שע"י איחוד התלמידים ד'סאטמאר אין מאנטיסעלא,
ארום 12:00 איז דער רב אנגעקומען צום עקזיט 7 (וויליס) אינעם מחנה וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה וואס קומט פאר יעדע וואך אין בית המדרש ברך משה דקהילתינו הק' אין וויליאמסבורג,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ח - נ"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 1:45, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק צו מחנה ישיבה לצעירים.

אום 7:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מנחה,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי - מפטיר, און דערנאך געזאגט די הפטורה,
און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

אום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה צו תפילת מעריב, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 122
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:20 PM
#1898
= רעוא דרעוין =

אום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
שפעטער האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה און געזינגען אינאיינעם פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלקיו עמו ותרועת מלך בו', און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון שמירת עינים, און ארויסגעברענגט ווי ווייט ס'איז פועל אויף א מענטש, און ווי שטארק מ'דארף זיך היטן נאר צו זעהן הייליגע זאכן, און נישט צו קוקן אויף קיין שום דבר טמא, וואס דאס איז טאקע איינער פון די עיקר סיבות פארוואס מען קומט אין קעמפ, כדי צו זיין אפגעטיילט פון די שטאטישע גאסן וואס זענען פול מיט פריצות ספעציעל אין די זוממער וואכן,
דערנאך האט דער רב מאריך אינעם ענין פון האפן אויף די גאולה שלימה בביאת משיח צדקינו, און יעצט ווען ס'קומט די דריי וואכן איז דער זמן וואס איז ספעציעל מער ראוי אויף דעם, און ארויסגעברענגט אז א דאווענען אין די טעג דארף אויסזעהן כאטש אביסל אנדערש, מיט אביסל מער כוונה, מיט אביסל מער אמת'ע צפיה לגאולה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני קודש, צווישן אנדערע האט מען געזינגען ויהיו רחמיך, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

נאכ'ן בענטשן האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
און דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די בחורים, דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און בשעת מעשה האבן די בחורים געזינגן,
דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 159