🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:20 PM
#1898
= רעוא דרעוין =

אום 7:30 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.

ארום 8:40 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
שפעטער האט מען מאריך געווען מיט ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה און געזינגען אינאיינעם פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב,
דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל, ה' אלקיו עמו ותרועת מלך בו', און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם ענין פון שמירת עינים, און ארויסגעברענגט ווי ווייט ס'איז פועל אויף א מענטש, און ווי שטארק מ'דארף זיך היטן נאר צו זעהן הייליגע זאכן, און נישט צו קוקן אויף קיין שום דבר טמא, וואס דאס איז טאקע איינער פון די עיקר סיבות פארוואס מען קומט אין קעמפ, כדי צו זיין אפגעטיילט פון די שטאטישע גאסן וואס זענען פול מיט פריצות ספעציעל אין די זוממער וואכן,
דערנאך האט דער רב מאריך אינעם ענין פון האפן אויף די גאולה שלימה בביאת משיח צדקינו, און יעצט ווען ס'קומט די דריי וואכן איז דער זמן וואס איז ספעציעל מער ראוי אויף דעם, און ארויסגעברענגט אז א דאווענען אין די טעג דארף אויסזעהן כאטש אביסל אנדערש, מיט אביסל מער כוונה, מיט אביסל מער אמת'ע צפיה לגאולה, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני קודש, צווישן אנדערע האט מען געזינגען ויהיו רחמיך, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס.

נאכ'ן בענטשן האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
און דערנאך האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די בחורים, דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און בשעת מעשה האבן די בחורים געזינגן,
דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אינעם מחנה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 159