🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״א תמוז תשפ״ה · Jul 17, 2025 · 3:20 PM
#1897
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת בלק =

ערש"ק ארום 8:10 פארנאכטס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט אפגעברענט די ליכט לכבוד שבת קודש כנהוג.

ארום 8:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד אינעם מחנה וואו דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבלת שבת,
נאכ'ן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען,
מ'האט געענדיגט ארום 10:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אינעם מחנה.

= סעודת ליל שבת קודש =

ארום 10:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געפראוועט דעם סעודת ליל שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט אנגעהויבן די זמירות שבת קודש און דערנאך געמאכט קידוש און מוציא געווען די בחורים,
מיט הגבהת הכוס האט דער רב מכבד געווען ש"ב הב' שלום אליעזר בן הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א - מרבני קהילתינו הק' וומ"ס.

דער רב האט זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על פרשת השבוע, און ארומגערעדט איבער דעם כח הדיבור וואס איז דא ביי א איד, און מ'דארף זיך אפהיטן וויאזוי מ'רעדט און וואס מ'רעדט, און דערביי ארויסגעברענגט דעם חומר הענין פון רעדן אין מקוה און פארלאנגט פון די בחורים צו שטיין כל המשמר דערויף אז עס זאל נישט פאסירן בתוכינו.

מ'האט געזינגען די זמירות שבת קודש, און דער רב האט אנגעפירט מיט די ניגונים, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די זופ,
דער רב האט משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו', און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ופלפול.

מ'האט אויפגעגעבן די פלייש און די איבריגע מאכלי הסעודה, און מ'האט ממשיך געווען מיט די זמירות שבת קודש,
מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רב מכבד געווען הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה.

נאכ'ן בענטשן האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק ר' משה דוד אשכנזי זי"ע - מטאלטשאווא ובעל תולדות אדם, וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - י"ח תמוז,
און אזוי אויך פון הרה"ק ר' אלעזר מריישא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם פארגאנגענעם פרייטאג - ט"ו תמוז,
באזונדער האט דער רב דערציילט זכרונות פון ווען מרן רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע האט געוויילט אין שטאט מאנסי בשנת תשל"ט,
מ'האט געענדיגט 1:30, און דער רב איז אהיים לביתו.

= וביום השבת קודש =

שבת אינדערפרי אום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
נאכ'ן תפילת מוסף זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 1:20 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט געמאכט קידוש, און דערנאך זיך געוואשן, און מ'האט אויפגעגעבן די פיש,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם זמר חי ה' און דעם אופן וויאזוי ס'קומט צו זינגען, און דערנאך האט מען געזינגען דעם זמר חי ה',
אזוי אויך האט דער רב מיט געגועין ארומגערעדט איבער דעם מנהג פון רבותינו הקדושים צו זינגען נאכן זמר חי ה' דעם ניגון 'גלות גלות' וואס איז מקובל פון הרה"ק ר' אייזיקל קאלוב'ער זי"ע, און דערנאך האט עס דער רב געזינגען ביים אויפגעבן די ווייטערדיגע מאכלי הסעודה.

נאך די אייער האט דער רב דערציילט נאך סיפורים ועובדות פון זקינו הרה"ק ר' משה דוד אשכנזי זי"ע מטאלטשאווא,
מען האט אויפגעגעבן די טשולענט, און דערנאך האט מען געבענטשט,
מ'האט געענדיגט ארום 2:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לביתו אינעם מחנה.
👁 143
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · י״ט תמוז תשפ״ה · Jul 15, 2025 · 3:16 PM
#1896
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת בלק =

ארום 8:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען צום בנין הישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וואס געפונט זיך אויף רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מ'האט געענדיגט ארום 10:10, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
דאן איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן,
דערנאך איז דער רב ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינערהאלב דעם נייעם בנין הישיבה אין וואס מ'האט זיך אריינגעצויגן אין די פארגאנגענע טעג,
ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב אריבער לביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וואו דער רב האט זיך געזעגנט פונעם רבי'ן לקראת דעם וואס דער רבי וועט אפרייזן קיין ניו העמפשיר פאר די קומענדיגע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש,
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה לצעירים צו פראווענען דעם שבת קודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה ווי יאר יערליך אין די זוממער'דיגע שבתים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 185
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ח תמוז תשפ״ה · Jul 14, 2025 · 9:21 PM
#1892
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים נעמען די ערשטע בחינה אינעם צווייטן מחזור ש"ס בחבורת תורתך שעשועי, היינט פארנאכטס בהיכל מבצר הכוללים אין קרית יואל.
~🌴~
👁 221
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ח תמוז תשפ״ה · Jul 14, 2025 · 11:07 AM
#1891
און ברוך השם אז מ'שטייט שוין יעצט אין אזא הערליכן מקום, אין אן אייגענעם אפגעקויפטן פלאץ, מיט אזא אהערגעשטעלטן בנין אדיר ומפואר, און מען שעפט פירות פון די ארבעט אז מען איז שוין ענדליך אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, און פון היינט און ווייטער וועט מען קענען זיצן און לערנען מיט הרחבת הדעת אן קיין שום שטער, עס געבט א חיות און חיזוק ווען מ'זעהט אז עס גייט אן און די בחורים האבן הנאה.

דער רב האט ממשיך געווען אז יעצט ליגט די ארבעט אויף די בחורים אז זיי זאלן שיין מאכן דעם בנין בתורה ותפילה, אזויווי דער טאטע זז"ג זאגט כסדר אז די לומדי תורה באשיינען דעם פלאץ, ס'איז ב"ה א גוטע מקום, זאל מען זעהן עס אויסצונוצן פאר עבודת ה',
דערביי האט דער רב אויך מעורר געווען אז תורה גייט צוזאמען מיט דרך ארץ, און א בחור דארף זעהן זיך אויפצופירן מענטשליך און זיך אליינס קעירנעמען, ספעציעל ווען מען שלאפט דא איבער אין ישיבה און מען געפונט זיך צווישן בחורים פיר און צוואנציג שעה א טאג וואס דאן קומט עס פיל מער אויס,
און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

מ'האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 7:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע האט אין די יעצטיגע טעג זיך אריינגעצויגן אין א נייעם בנין הישיבה אויף רוט 208 אין קרית יואל המורחבת,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, און נאך.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט איבער לערנען אין די לאנגע זוממער'דיגע שבת נאכמיטאג'ס, און חס ושלום נישט גיין ליידיג אדער פארשווענדען דעם צייט בלא דבר, און אזוי אויך ארויסגעברענגט אז א חסיד'ישע בחור קען נישט צוגיין צו א דאווענען און ספעציעל אום שבת, אן עוסק זיין בתורה פארדעם און מאכן דעם ריכטיגן הכנה.

דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם נייעם פלאץ אין וואס מ'האט זיך יעצט איינקווארטירט, מ'זאל זעהן אריינצולייגן כוחות אין תורה ועבודה אין דעם מקום, ס'זאל זיך דערקענען אויף דעם פלאץ אז דא לערנען העכערע בחורים, און מען ארבעט פארשטייט זיך גאר שטארק אויף די גשמיות'דיגע צרכים אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז היות דער נייע פלאץ איז ממש אין קרית יואל, וועט מען פרובירן צו קומען מער אפטער, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ארום 8:30 אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' משה שווארץ הי"ו וועלכע איז פארגעקומען בביתו אין קרית יואל,
איבערנאכט האט זיך דער רב אויפגעהאלטן אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 211
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י״ח תמוז תשפ״ה · Jul 14, 2025 · 11:07 AM
#1890
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת בלק =

ארום 8:40 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען צום נייעם בנין הישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א וואס געפונט זיך אין די קארנוואל געגנט וואו די ישיבה האט זיך אריינגעצויגן אין די פארגאנגענע טעג,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי וואו דער רב האט געלייגט טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מ'האט געענדיגט ארום 10:10, און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי,
דאן איז געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר די תלמידי הישיבה אריינצוגיין צום רב און זיך דורכרעדן פריוואטע ענינים וואס איז נוגע אין פערזענליכן לעבן,
דערנאך איז דער רב ארומגעגאנגען אינעם גאנצן בנין הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף אלע חלקים אינערהאלב דעם היכל הישיבה און אזוי אויך אין די חדרי השינה, באזונדער איז דער רב אריבער צום מקוה וואס האלט אין די לעצטע בוי פאזעס און מיטגעהאלטן פונדערנאנט די פארשריט וואס ווערט געמאכט טעגליך אויפ'ן פלאץ,
ארום 10:45 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 6:20 נאכמיטאג איז דער רב צוריק אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום וועכנטליכן שבת אחים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מ'האט געזינגען ניגוני שבת, דערביי האט דער רב פארגעזינגען רחם,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה.

דער רב האט משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי הישיבה, און זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויגר מואב מפני העם' און עס אויסגעטיישט במשכ'ן דרשה ארומרעדנדיג פונעם כח השבת קודש און די גרויסקייט דערפון.

דערנאך האט דער רב מיט טרערן אין די אויגן ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די גרויסע זכיה וואס מ'האט אז דער ערווארטעטער מינוט איז אנגעקומען, און מען געפונט זיך שוין בין כותלי הישיבה אינעם נייעם בנין המפואר וואס מ'האט אין דעם אריינגעלייגט אויסטערלישע כוחות און אן א שיעור געלט, אז אלעס זאל זיין מוכן ומזומן פאר די בחורים צו קענען שטייגן בתורה ויראת שמים מיט הרחבת הדעת על צד היותר טוב.
דער רב האט אין קורצן ארויסגעברענגט וויאזוי די לעצטערע יארן זענען אריבער, סיי אויף אים און סיי אויף די תלמידי הישיבה, ארויסברענגענדיג די אלע שוועריגקייטן וואס מען איז אינאיינעם אריבער די לעצטע פיר יאר, און דערביי געזאגט בדרך צחות אז 'את כל התלאה אשר מצאתם בדר"ך' טייטשט די וואגלענישן און וואנדערנישן וואס זענען אריבער אויף ישיבת "דרך" התורה.

דער רב האט ארויסגעברענגט וויאזוי די בחורים האבן געוואנדערט פון איין מקום צום צווייטן, יעדע האלבע יאר האט מען זיך געדארפט פריש איינארדענען אין א נייעם פלאץ, די בחורים האבן טאקע נישט ארויסגעוויזן קיין שום התרשלות, נאר פארקערט אלעס איז אנגעגאנגען תמידין כסדרן למעלה מן המשוער, און די תלמידי הישיבה האבן ריכטיג מקיים געווען דעם הוי גולה למקום תורה און עוסק געווען בתורה מתוך הדחק.

פון די אנדערע זייט זענען געשטאנען די געטרייע הנהלת הישיבה און געטוהן כל מה שביכלתם בעסער צו מאכן און צו פארגרינגערן פאר די בחורים, א ישיבה אויפצוהאלטן קאסט אפ אומגעהויערע סכומים, ספעציעל ווען מ'שלאפט איבער אין ישיבה שלעפט עס אריין אין פיל גרעסערע הוצאות, אבער די חברי הנהלה האבן נישט געשפארט קיין צייט און מיה און איבערגעדרייט וועלטן לטובת די בחורי חמד.

דער רב האט אראפגעלייגט די ארבעט וואס איז אריינגעלייגט געווארן מצדו מיום פתיחת שערי הישיבה ועד עתה, וויפיל מ'האט זיך געמוטשעט אהערצושטעלן דאס וואס די בחורים זעען יעצט פאר די אויגן,
אנגעהויבן פונעם אפירזוכן א ריכטיגן מקום תורה וואס איז מוכשר פאר די תלמידים, עס זענען געווען פילצאליגע אפציעס אויפ'ן טיש און יעדן פלאץ איז מען אליינס אריבערגעגאנגען באזוכן און באקוקן צו זעהן צו דאס איז טאקע וואס מען האט געזוכט, עס איז נישט געווען קיין חילוק צווישן א מאנטאג, דינסטאג, פרייטאג, ערב שבת אדער מוצאי שבת, ווען עס האט זיך אויסגעפעלט איז מען ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג ביז צו די בערג.
און בנוסף לזה דעם חלק הגשמי וואס לאזט זיך נישט זאגן דעם הון תועפות װאס דאס האט אפגעקאסט, און מען איז אליינס ארומגעגאנגען אנקלאפן בבתי נדיבים בעם זיי זאלן ביישטייערן סכומים אדירים לטובת הישיבה, מען האט אפגעראכטן פילע מסיבות און באנקעטן, מען האט אוועקגעגעבן טעג און וואכן צו קענען דעקן די קאסטן און פינאנצירן די בוי ארבעט, כדי צו זעהן און פארזיכערן אז די בחורים קומען אן על מי מנוחות,
ווייטער מיט'ן בוי פראיעקט אליינס, איז מען געשטאנען אויף יעדן פרט ופרט, און פילצאליגע מאל געקומען באזוכן אינמיטן די ארבעט זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט געמאכט לויט'ן געברויך ווי עס דארף צו זיין.
👁 157
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ד תמוז תשפ״ה · Jul 10, 2025 · 5:59 PM
#1889
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת בלק =

אום 9:15 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.

שפעטער אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 216
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ד תמוז תשפ״ה · Jul 10, 2025 · 5:59 PM
#1888
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בלק =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב שליט"א נאך וואס דער רב האט געוויילט די פארגאנגענע וואך צייט אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש.

שפעטער נאכמיטאג האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן הר"ר בעריש קליינמאן שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר טעללער שליט"א, אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר בעריש קליינמאן שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר טעללער שליט"א, אין די זאל פון אימפעריעל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 184
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ד תמוז תשפ״ה · Jul 10, 2025 · 5:59 PM
#1887
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת חקת - דינסטאג פרשת בלק - סקאטסדעיל אריזאנע =

במשכ'ן וואך האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין סקאטסדעיל אריזאנע אויף מנוחת הנפש,
ארום 6:00 דינסטאג פרשת חקת אין די פארטאגס שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט ממעונו אין וויליאמסבורג אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי,
אום 8:25 אינדערפרי האט זיך דער פליגער פונעם רב געהויבן אויפ'ן וועג קיין פיניקס אריזאנע, און געלאנדעט אינעם PHX לופטפעלד אום 10:37 אינדערפרי ארטיגע זייגער, 1:37 נאכמיטאג ניו יארק'ע זייגער,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום אכסניא אין סקאטסדעיל אריזאנע א וועג פון ארום א האלבע שעה.

במשכ'ן וואך האט דער רב געדאווענט אלע תפילות אינעם ארטיגן בית המדרש אהבת שלום,
דער רב האט געדאווענט תפילת שחרית אום 8:30 אינדערפרי, און תפילת מנחה הארט פאר'ן שקיעה החמה, און תפילת מעריב בשעה 10:00 אויפדערנאכט.

שבת קודש האט דער רב אפגעראכטן די תפילות אינעם ארטיגן חסיד'ישן בית המדרש בבית בנש"ק הרה"ח ר' משה לאבל שליט"א,
צו תפילת מנחה ערב שבת קודש האט דער רב יורד געווען לפני התיבה,
שבת אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שישי,
ביי שלש סעודות האט דער רב משמיע געווען דברי תורה על הפרשה מתובל בדברי מוסר והתחזקות פאר די ארטיגע תושבים.

דינסטאג פרשת בלק אין די פריע פארטאגס שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט פונעם אכסניא אויפ'ן וועג צום PHX לופטפעלד אין פיניקס אריזאנע,
פון דארט האט זיך דער פליגער פונעם רב געהויבן אויפ'ן וועג קיין ניו יארק, און געלאנדעט אינעם JFK לופטפעלד ניו יארק,
פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג לביתו אין וויליאמסבורג א וועג פון ארום א שעה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 184
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · י״ד תמוז תשפ״ה · Jul 10, 2025 · 5:58 PM
#1886
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת חקת =

במשכ'ן טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין שטאט קרית יואל וואו דער רב איז ארויפגעגאנגען לבתי נדיבים בעם צו שאפן די נויטיגע סכומים לטובת דעם נייעם בנין פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע איז אריין אין באנוץ דעם פארגאנגענעם דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט.

ארום 6:00 נאכמיטאג האט זיך דער רב באטייליגט ביים קבלת פנים פון החתן בן הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ב"ר אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו אין די זאל פון כינור דוד.

אום 6:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר יחזקאל בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 172
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ה׳ תמוז תשפ״ה · Jul 1, 2025 · 3:57 PM
#1884
🌴 בצל מורינו 🌴
= זונטאג פרשת חקת =

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב איז ארומגעגאנגען לבתי נדיבים בעם צו שאפן די נויטיגע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע גייט בעז"ה אריין אין באנוץ דעם קומענדיגן דינסטאג חקת הבעל"ט.

ארום 9:15 אויפדערנאכט האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר מרדכי בבית מדרשינו הגדול אין ק"י,
און ארום 9:50 געדאווענט תפילת מעריב אין חדר שמואל חיים.

נאך מעריב האט זיך דער רב באטייליגט ביים סיום הש"ס אין ראם פון חבורת תורתך שעשועי דורך הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין קרית יואל,
ביים חתונה פון החתן בן הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק מאשקאוויטש הי"ו אין די זאל פון גינת קליין,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו און מוה"ר חיים שלמה ווערטהיימער הי"ו, און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו און הר"ר אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער שליט"א - וומ"ס, אין די תנאים זאלן בבית רבינו אויף איהעל קט.
דערנאך איז דער רב אהיים לביתו אין קרית יואל וואו דער רב האט געוויילט איבערנאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 281
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ה׳ תמוז תשפ״ה · Jul 1, 2025 · 3:57 PM
#1883
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת קרח - בארא פארק יצ"ו =

אויף שבת קודש האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם אין שטאט בארא פארק,
דער רב האט זיך אויפגעהאלטן בבית חותנו הגדול כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א, און געדאווענט די תפילות במשך שבת בבית מדרשינו הגדול.

צו תפילת מנחה ערב שבת קודש האט דער רב יורד געווען לפני התיבה און פארגעדאווענט בהתעוררות רב,
נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פונעם רב שליט"א,
דערנאך איז דער רב אריבער לבית חותנו הגדול כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א צום סעודת ליל שבת קודש.

שבת קודש אינדערפרי ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריבער לבית בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, און געפראוועט דעם סעודת יום שבת קודש.

ביי שלש סעודות האט חותנו הגדול כ"ק גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א מכבד געווען דעם רב צו זאגן שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע און געטייטשט עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,
דער רב האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי תורה על פרשת השבוע מתובל בדברי חיזוק והדרכה, מוסר והתעוררות, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 202
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ה׳ תמוז תשפ״ה · Jul 1, 2025 · 3:56 PM
#1882
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת קרח =

אום 9:00 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ד' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט הלל בהתלהבות אש,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
דערנאך איז דער רב צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב ארויף בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם'ס תפילין, און שפעטער פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט געוויילט במשך שבת קודש ביי חותנו הגדול כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 176
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · ה׳ תמוז תשפ״ה · Jul 1, 2025 · 3:56 PM
#1881
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת קרח =

במשכ'ן טאג האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געוויילט אין שטאט קרית יואל וואו דער רב איז ארויפגעגאנגען לבתי נדיבים בעם צו שאפן די נויטיגע סכומים לטובת דעם נייעם בנין הישיבה פאר ישיבה קטנה סניף דרך התורה וועלכע גייט אי"ה אריין אין באנוץ דעם קומענדיגן דינסטאג פרשת חקת הבעל"ט.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
אין וויליאמסבורג איז דער רב געווען אויף ניחום אבלים ביי הגה"צ ר' משולם פאלאטשעק שליט"א - אב"ד מגד יהודה, ואחיו הגה"צ ר' יוסף פאלאטשעק שליט"א - אב"ד שם משמעון, היושבים ע"פ אחיהם הרה"ח ר' יצחק מאיר יעקב ע"ה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 157
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · א׳ תמוז תשפ״ה · Jun 27, 2025 · 11:57 AM
#1879
🌴בצל מורינו🌴
= ערש"ק פרשת קרח =

אויף דעם שבת קודש וועט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א וויילן אין שטאט בארא פארק, ביי חותנו הגדול כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' ב"פ שליט"א.

א גוט שבת.
~🌴~
👁 270
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · א׳ תמוז תשפ״ה · Jun 27, 2025 · 5:58 AM
#1877
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת קרח =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף מ"ו ע"ב - מ"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

אום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב'.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צו די קעטסקילס,
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב אנגעקומען אין מחנה ישיבה לצעירים וואו דער רב האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן קעמפ זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט אריינצונעמען די תלמידי הישיבה פארן זוממער, און בפרט צורישן די מקוה בתחלית הכשרות, און דער רב האט זיך ווארעם באדאנקט די עוסקים במלאכת הקודש אהערצושטעלן דעם קעמפ.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין צוריק קיין וויליאמסבורג,
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר אברהם סופר הי"ו, אין די זאלן פון פארק מענאר סעליש,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר משה שרייבער הי"ו און מוה"ר יואל בן שמעון עוזר מיטטעלמאן הי"ו - מאנטריאל, אין די זאל פון פרדס צבי, דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל עזרא פריעדמאן הי"ו און מוה"ר יואל בר וואלף לאנדא הי"ו אין די זאל פון פרדס פיגא.

ארום 10:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין בית המדרש בנין בראך דקהילתינו הק'.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 276
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ל׳ סיוון תשפ״ה · Jun 26, 2025 · 10:42 AM
#1871
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת בנו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג אויפדערנאכט בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס בראשות די גרויסע עלטער זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 228