🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ואתחנן - דאנערשטאג פרשת ואתחנן - קצירת חטים אין איידעהאו לקראת חג הפסח שנת תשפ"ו הבעל"ט =
דינסטאג אין די פארטאגס שעות האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט בנו הרה''ג ר' חיים הערש שליט''א אב''ד ראצפערט אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו דער רב האט זיך געהויבן מיט א פליגער אום 7:05 אויפ'ן וועג קיין יוטא,
פאר'ן זיך הייבן האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדענט אינעם סאלט לעיק סיטי לופטפעלד אין יוטא ארום 9:55 ארטיגע זייגער, 11:55 ניו יארק'ע זייגער, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין איידעהאו צו די ווייץ פעלד במקום שאין גשמים מצויין, א וועג פון ארום דריי שעה.
ביים אנקומען צום ווייץ פעלד האבן אפגעווארט הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס ויו"ר ועד הכשרות דקהילתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ומו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, מוה"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' ק"י, און מוה"ר ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' וומ"ס, וועלכע זענען שוין ארויס אויפן פעלד אין די פארטאגס שעה'ן אנצוגרייטן צום ווייץ שניט,
דער רב איז איבערגעגאנגען מיט די דיינים די פרטים און זיך געגרייט צום ווייץ שניט, דער רב אינאיינעם מיט די דיינים האבן זיכער געמאכט אז די ווייץ זענען מהודר בלי שום פקפוק וחשש פון מצומחות אדער מבוקעות, און דערנאך האט מען אנגעהויבן שניידן די ווייץ מיט די חומרות והידורים וואס רבינו שליט"א האט אראפגעשטעלט.
דער רב איז ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, עס אנגעצינדן, און געזיצן אויפ'ן קאמביין מאשין א שטיק צייט, דערנאך זענען די דיינים וחברי הנהלה ארויף אויפ'ן קאמביין מאשין, ווען בשעת מעשה איז מען ארומגעפארן דעם גאנצן פעלד און געשניטן די ווייץ מיט'ן חומרא אז א איד זאל מיטפארן און זיין ביים גאנצן שניט,
באזונדער האט דער רב בטירחא דגופא געשניטן א גרויסע סכום ווייץ קצירת יד וואס דאס וועט דינען פאר'ן באנוץ פאר די מצות מצוה פונעם רב אויף יו"ט פסח כנהוג, און ווי יאר יערליך וועט דער רב דרעשן און ווינטשאוולען די ווייץ בעבודת יד,
דער רב איז געשטאנען על המשמר אויף אלע פרטים אינערהאלב דעם ווייץ שניט, ביים קלויבן די ווייץ, און ביים רייניגן די ווייץ, ביים פאקן די ווייץ, דער רב האט זיך אומגעקוקט אויף אלע דעטאלן זיכער צו מאכן אז ס'איז אויסגעהאלטן מיט אלע חומרות והידורים,
דער רב האט זיך באדאנקט פאר די בעלי בתים און די שומרים פונעם פעלד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק אהיים קיין ניו יארק,
ארום 7:30 פארנאכטס האט דער פליגער פונעם רב געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ביים אנקומען קיין קרית יואל איז דער רב צוגעפארן לביתו,
ארום 10:30 אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים הערש ב"ר אלעזר גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו וואס איז פארגעקומען אין די תנאים זאלן שע"י ביתו נאוה קודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א,
ארום 11:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 183