= רעוא דרעוין =
אום 7:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב צוריק אהיים לביתו.
ארום 8:25 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און זיך געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שבת קודש וניגוני גלות וגאולה בהתעוררות רב פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים בפרשת השבוע, און געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.
דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם יום טוב פון חמשה עשר באב און וואס דאס קומט אונז ווייזן,
באזונדער האט דער רב ארויסגעברענגט אז חמשה עשר באב איז שוין אן הכנה צו די הייליגע טעג, און אין די טעג וואונטשט מען שוין מ'זאל האבן א גמר חתימה טובה ווייל מען שטייט שוין ממש ביים שוועל, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני קודש, און דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה.
נאך מעריב האט דער רב געמאכט הבדלה און מוציא געווען די תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רב געזאגט ויתן לך, און די בחורים האבן געזינגען,
דערנאך זענען די בחורים אריבער זאגן א גוטע וואך,
מ'האט געענדיגט ארום 10:15, און דער רב איז אהיים לביתו.
מוצאי שבת קודש ארום 11:00 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג צו מחנה ישיבה קטנה סניף באר התורה אין לאקשעלדריק וואו עס איז פארגעקומען א שמחת הפארשפיל לרגל החתונה בבית הרה"ג ר' יעקב אלימלך פאנעט שליט"א - ר"מ בישיבה,
ביים אנקומען האט רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתן און די בני המשפחה,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט בשבח פונעם מגי"ש און געזאגט אז חוץ אלץ מגיד שיעור ביי אונז אין ישיבה איז מען אויך א קרוב און דעריבער איז דאך זיכער אז מען מוז קומען צו דעם שמחה ספעציעל אז ער וועט זיין מריחוק מקום און מ'וועט זיך נישט קענען משתתף זיין בגוף, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער זאגן א גוטע וואך,
ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם מחנה אויפ'ן וועג לביתו אין מחנה ישיבה לצעירים.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 143