🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · י׳ אב תשפ״ה · Aug 4, 2025 · 4:37 PM
#1927
= וביום השבת קודש =

ארום 9:15 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית.
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרב יצחק אייזיק הורוויץ שליט"א,
כהן: ר' אהרן יעקב הערמאן הי"ו,
לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א - ר"מ בישיבה,
שלישי: הר"ר הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים,
רביעי: הר"ר מנחם צבי טעללער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
חמישי: הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הר"ר אברהם יצחק כאירה שליט"א - ר"מ בישיבה,
אחרון: הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
מפטיר: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
הגבה: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו,
גלילה: נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו בן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א - רב דביהמ"ד אהל פיגא ק"י,
נאך תפילת מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 12:30 דער רב אריינגעקומען צום סעודת יום שבת קודש,
דער רב האט געזאגט די זמירות און דערנאך קידוש געמאכט און מוציא געווען די בחורים,
הגבהת הכוס: נכד רבינו הב' יואל דושינסקיא ני"ו.

ברכת המזון: הר"ר יואל בערקאוויטש הי"ו - ר"מ בישיבה.

נאכ'ן סעודה איז פארגעקומען דעם מעמד 'שואל כענין ומשיב כהלכה' וועלכע האט זיך פארצויגן קרוב צו צוויי שעה, וואו די בחורים האבן געהאט דעם געלעגנהייט אנצופרעגן שאלות בכל תחומי החיים בעבודת השם,
דער רב האט במתק לשונו געענטפערט דבר דבור על אופניו בטוב טעם ודעת ברענגענדיג א בהירות און א קלארקייט אין פילצאליגע נושאים בעבודת השם,
צווישן די שאלות וואס זענען אויסגעשמועסט געווארן שאלות בעניני מסורה, לימוד התורה, התקשרות לצדיקים, קדושת שבת, זמן תפילה, טבילה במקוה, ניגוני, מצות צדקה, קדושת העינים, דרך העבודה פאר א בחור, און נאך פיל,
מען האט געענדיגט ארום 3:20 און דער רב איז אהיים לביתו.

= רעווא דרעווין =

ארום 6:50 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
מ'האט געענדיגט ארום 7:10 און דער רב איז אהיים לביתו.

ארום 7:55 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו זמירות שלו"ס,
דער רב האט טועם געווען חלה און געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער עניני קדושה וצניעות, און דערביי מחזק געווען די תקנת הישיבה נישט צו גיין צו חתונות, און דער רב האט צוגעלייגט אז דער טאטע זז"ג האט שוין כמה פעמים גערעדט איבער גיין צו א ווארט אדער א תנאים, און מען דארף וויסן די הארבקייט דערפון, און וואס מקען נכשל ווערן, מ'זאל עס איבערגעבן פאר די אנדערע בחורים אין ישיבה אז זיי זאלן אויך זעהן צו שטיין דערויף בכל החומר, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות שלו"ס,
דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט לענגערע ניגוני גלות וגאולה דערביי האט דער רב פארגעזינגען רחם מיט בכיות עצומות,
און מען האט ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני גלות וגאולה פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רב געזאגט תורה אויפ'ן פסוק 'ה' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב' וואס די מדרש זאגט 'זה שאמר הכתוב ואני ברוב חסדך אבוא ביתך אשתחוה אל היכל קדשך ביראתך',
דער רב האט ארומגערעדט פאר עטליכע מינוט בקול בכי וצפיה עצומה לביאת הגואל, שטארקע דברי חיזוק אז מיר וועלן אי"ה אויסגעלייזט ווערן בקרוב ממש,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, אז מ'זאל זוכה צו נחמו נחמו עמי, אז דער אויבערשטער אליין זאל אונז שוין מנחם זיין, און דער טאטע זז"ג זאל אונז פירן קעגן משיח צדקינו בב"א.

דער רב האט געבענטשט על הכוס, מ'האט געענדיגט ארום 9:20, און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 129