🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת ואתחנן 11:30 פארמיטאג אין איידעהאו, 1:30 נאכמיטאג אין ניו יארק =
היינט אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אינאיינעם מיט בנו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א - אב"ד ראצפערט, בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אויפ'ן וועג קיין איידעהאו וואו עס וועט פארקומען דעם "צווייטן ווייץ שניט" פאר די בתי האופה דקהילתינו הק' לקראת חג הפסח שנת תשפ"ו הבעל"ט.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען דעם ערשטן שניט וואו מען האט געשניטן א ריזיגן צאל ווייץ כדי צו קענען נאכקומען דעם מאסיוון פראדוקציע פון די בתי האופה דקהילתינו הק' אין ק"י און אין וומ"ס צוצושטעלן גענוג מצות נאך דעם פארמערטן פארלאנג פון אנשי שלומינו צו האבן די מהודר'דיגע מצות אויף יו"ט פסח תשפ"ו העעל"ט,
אבער אזויווי דעם מספר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אביסל מצומצם און כדי צו פארזיכערן אז ס'איז דא גענוג מצות בריווח פאר'ן ברייטן ציבור, זענען די חברי הנהלת בית האופה אריין אל הקודש פנימה צו מרן רבינו שליט"א אנפרעגן דעת קדשו לדעת את המעשה אשר יעשון, און על פי פקודת הקודש האט מען זיך ארויסגעלאזט זוכן א ווייץ פעלד וואס האט נאך נישט גערעגנט דערויף זייט עס האט אנגעהויבן ווערן געצייטיגט,
און ברוך השם אז עלתה בידם און מ'האט געטראפן דעם פאסיגן ווייץ פעלד מיט אלע חומרות והידורים כמדי שנה בשנה, און בהוראת קדשו פון רבינו שליט"א האבן זיך די הנהלת בית האופה נעכטן ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום ווייטן איידעהאו אויף א "צווייטע ווייץ שניט" אין שפיץ פונעם רב שליט"א וועלכע רבינו שליט"א האט ספעציעל ממנה געווען צו באגלייטן דעם גאנצן שניט מתחילה ועד סוף.
דער רב האט זיך ארויסגעלאזט היינט אין די פריע פארטאגס שעה'ן אויפ'ן וועג צום נוארק לופטפעלד אין ניו דזשערסי פון וואו די פליגער פונעם רב האט זיך געהויבן ארום 7:05 אינדערפרי,
די פליגער פונעם רב האט געלאנדעט אום 9:55 ארטיגע זייגער, 11:55 ניו יארק'ע זייגער, אינעם SLC לופטפעלד אין יוטא, און פון דארט האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין איידעהאו א וועג פון איבער צוויי שעה,
אין די קומענדיגע מינוטן וועט דער רב אנקומען צום ווייץ פעלד וואו עס ווארטן שוין אפ הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס ויו"ר ועד הכשרות דקהילתינו הק', הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ומו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, מוה"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' ק"י, און מוה"ר ברוך יודא שפיטצער הי"ו - מנהל בית האופה דקהילתינו הק' וומ"ס, וועלכע זענען שוין ארויס אויפן פעלד היינט פארטאגס אנצוגרייטן צום ווייץ שניט,
תיכף ווען דער רב קומט אן וועט מען אנהייבן מיט'ן ווייץ שניט, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה צו קענען ברענגען כשר'ע מצות אויפ'ן מהודר'דיגסטן אופן פאר אנשי שלומינו כפי הוראת קדשו של מרן רבינו שליט"א.
"ושמרתם את המצות וקצרתם את קצירה"
~🌴~

👁 458