🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ב אלול תשפ״ה · Sep 15, 2025 · 5:16 PM
#2027
= רעוא דרעוין =

ארום 7:40 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הר"ר משה אלי' גרין שליט"א - מנה"ר במוסדותינו הק',
שיר המעלות: הרה"ח ר' טובי' לעפקאוויטש הי"ו.

דער רב האט געזאגט שלש סעודות תורה אויפ'ן פסוק 'הגדתי היום לה' אלקיך כי באתי אל הארץ אשר נשבע לאבותינו לתת לנו' און זיך געשטעלט אויף עטליכע קושיות ודקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה.

דער רב האט ארומגערעדט בעניני תשובה ותיקון המעשים אז עס קומט שוין די יום הדין ווען יעדער איד דארף אליינס עדות זאגן אויף זיינע מעשים פון די גאנצע יאר, און ממילא דארף מען זיכער מאכן אז כאטשיג די מויל זינדיגט נישט און ס'איז ראוי צו רעדן צום אויבערשטן,
דער רב האט דעמאנט וואס אברהם אבינו האט געבעטן 'בהר ה' יראה' אז בדורות העתידות זאל מען שפירן ראש השנה אזויווי מען האט זיך געשפירט אינעם בית המקדש און מען זאל נישט דארפן ווארטן לאנג געהאלפן צו ווערן נאר תיכף ומיד זאל מען זוכה זיין צו כל מיני ישועות.
דערנאך האט דער רב מעורר געווען בקול חנוק מדמעות אז אין אפאר שעה גייט מען אויסשרייען 'במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה', און דערמאנט דעם ווארט פונעם תולדות יעקב יוסף אז דער אויבערשטער באקומט זמירות ותשבחות אלץ א געהאלט פון די אידן, און היינט בעיקבתא דמשיחא באקומט דער באשעפער ווייניגער, דארף דער אויבערשטער מרעיש עולמות זיין דערוועגן און אונז שוין אויסלייזן פונעם ביטערן גלות מיר זאלן אים ווײטער קענען דינען.

דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען בעט דעם באשעפער אז מיר האלטן שוין תשפ"ו שוין באלד צוויי טויזנט יאר אין גלות, ממילא זאל יעדע גוטע זאך וואס מיר טוען ווערן גערעכנט כאילו מ'האט עס מקיים געווען בכל פרטיה ודוקדוקיה, און צוגעלייגט אז וויבאלד עס איז דא מיתת צדיקים קענען מיר נישט ריכטיג מתפלל זיין צום אויבערשטן, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם שטיקל אין סליחות 'הט אזנך ממרום יושב תהילה', 'צדק צועקיך מפליא פלאות'.

און דער רב האט אויפגעפאדערט זיך אונטערצונעמען קבלות טובות צום נייעם יאר און ארויסגעברענגט אז מיט דעם וואס מען איז זיך מקבל פרישע קבלות ווייזט מען אז מען איז זיך נישט מייאש און מ'וויל באמת זיין גוט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר בנציון אהרן ווערצבערגער הי"ו,
קל מסתתר: מוה"ר יואל יצחק שפיטצער הי"ו.
דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק',
מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 9:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 156