🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט אלול תשפ״ה · Sep 22, 2025 · 3:53 PM
#2048
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת וילך - ז' סליחות =

אום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות,
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא ראזענבוים הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א'.

ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' וואו דער רב האט פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע"ג ע"ב - ע"ה ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

ארום 7:55 פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב ביים זמן ר"ת בבית מדרשינו הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 166