🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת נצבים - ב' סליחות =
ארום 5:45 באשמורת הבוקר איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מאיר זעליג צו אמירת סליחות ברוב עם,
בעל תפילה: הר"ר פייש הורוויץ שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 7:10 אינדערפרי האט דער רב פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ע' ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ג',
ביים ליינען איז דער רב געגאנגען הגבה,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול,
נאך שחרית האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.
ארום 11:45 איז דער רב אנגעקומען לביתו אין ק"י וואו עס איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה אינאיינעם מיט די הנהלת ישיבה קטנה סניף דרך התורה און סניף שביל התורה בנוגע דעם קומענדיגן זמן לימודים חורף שנת תשפ"ו, מען איז איבערגעגאנגען די פונקטליכע פרטים פון די לימודים פון אלע כיתות אין ביידע סניפים, און די צרכי הישיבה וואס מען דארף צושטעלן לקראת דעם קומענדיגן זמן.
שפעטער האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול אין קרית יואל.
שפעטער נאכמיטאג האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג,
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג ארום 7:00 האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר זושא בוקסבוים הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק זאב ברוין הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר, און דערנאך איז דער רב אהיים לביתו.
ארום 9:15 האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר דוד לוי זינגער הי"ו - ב"פ, עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל בר"מ הירש הי"ו - ק"י, און דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול חדר ד'.
דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר נחום אלישע הורוויץ שליט"א בן הרה"ג ר' נפתלי צבי שליט"א - לאנדאן, חתן הגה"צ גאב"ד פריימאן וראב"ד התאחדות הרבנים שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 141