🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י״ט אלול תשפ״ה · Sep 12, 2025 · 11:52 AM
#2019
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת כי תבא =

ארום 7:10 אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור בחבורת יסודי התורה בבית מדרשינו הגדול חדר א',
דער רב האט פארגעלערנט מסכת קידושין דף ס"ט ע"א וע"ב,
מ'האט געענדיגט ארום 7:50, און דער רב איז ארויף בחדרו הפרטי.

ארום 9:15 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב',
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
נאכן דאווענען האט דער רב געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין ביי די חופה פון החתן בן מוה"ר מאניש יחזקאל שפילמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר מנחם שווימער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול, און דערנאך אהיים לביתו.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר מאיר טייטלבוים הי"ו - מאנסי עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ווידער הי"ו - ק"י, אין שטוב פון די זיידע הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו - משב"ק,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מאניש יחזקאל שפילמאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר אליעזר מנחם שווימער הי"ו אין די זאל פון קאנטינענטאל,
ביים בר מצוה פון הבחור בן מוה"ר יוסף ישראל זעגעלבוים הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר לוי הערש פאסטערנאק הי"ו - ק"י און הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק', עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל הערש ראטה הי"ו - ק"י, אין די זאל פון דיקאריום.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 175