🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ אדר תשפ״ו · Feb 26, 2026 · 3:09 PM
#2635
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תצוה =

אינדערפרי ארום 9:00 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ז ע"ב - ל"ט ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג קיין קרית יואל.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

אויפדערנאכט אום 7:15 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר דוד ארי' בביהמ"ד הגדול.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין קרית יואל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר וואלף לאנדא הי"ו אין די זאל פון כינור דוד,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל ברע"מ ווייס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יואל ברי"צ שווארץ הי"ו אין די זאל פון בית רחל פאראדייס,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל שרייבער הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת קליין,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יואל ניימאן הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו בבית הרה"ח ר' אשר ניימאן,
און ביים שבע ברכות פון החתן בן הר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א - ר"מ בישיבה גדולה סניף ברך משה, עב"ג הכלה בת מוה"ר אלי' רייזמאן הי"ו אין די זאל פון סעפייער.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 122
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ אדר תשפ״ו · Feb 26, 2026 · 3:09 PM
#2634
🌴בצל מורינו🌴
= מוצאי שבת קודש פרשת תרומה =

ארום 10:00 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים לוי' פון הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה, און דער רב האט מספיד געווען דעם נפטר.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יואל שפילמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אינעם עזרת נשים שע"י בית מדרשינו בנין בראך,
ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין שווער הר"ר שמעון ישראל שטיינמעטץ שליט"א,
דערנאך ארום 11:30 איז דער רב אנגעקומען צום שמחת השבע ברכות פאר החתן בן הגה"צ אב"ד נייטרא שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון פרדס צבי צוגעשטעלט דורך קהילת נייטרא,
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און די מחותנים און אזוי אויך פאר די חשוב'ע זיידעס, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט'ן מחותן הגה"צ אב"ד נייטרא שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די גאנצע אויבנאן, און דערנאך באזונדער מיט'ן חתן, מיט'ן מחותן הגה"צ אב"ד נייטרא, מיט די זיידע הגה"צ אב"ד אייזענשטאט שליט"א - ב"פ, מיט די זיידע הגה"צ ר' נפתלי צבי הורוויץ שליט"א - מראחוב לאנדאן, און מיט'ן מחותן דער אבי הכלה הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם זאל אויפ'ן וועג אהיים לביתו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 124
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ח׳ אדר תשפ״ו · Feb 25, 2026 · 10:45 PM
#2633
= רעוא דרעוין =

ארום 6:05 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שווארץ הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' מנחם יודא שפילמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות.

ידיד נפש: הרה"ג ר' יחזקאל שרגא געלבשטיין שליט"א - ק"י,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו,
שושנת יעקב: הר"ר יואל קליין שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 155
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ח׳ אדר תשפ״ו · Feb 25, 2026 · 10:45 PM
#2632
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת תרומה =

ערש"ק ארום 6:05 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול, און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
דערנאך האט מען געדאווענט קבל"ש און מעריב,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:30 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, אזוי אויך האט מען געזינגען די ניגון תשועתם מיט די ווערטער פון 'שבת קודש' וואס דער רב האט געזינגען מיט א קאך און ברען פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שמחה טייטלבוים הי"ו,
דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטטער שליט"א - מגי"ש בקהלתינו הק',
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' יצחק הערש גראס הי"ו.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בן אחיו הב' יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ישראל שלום שליט"א - ק"י.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר יחזקאל שרגא ווערצבערגער הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.

אז ביום השביעי: הר"ר יואל ראזענפעלד שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:25, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד,
אויפ'ן וועג אהיים האט דער רב דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אייזיק'ל מקאלוב זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג - ז' אדר.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח דוד שווארץ הי"ו,
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אשר ישעי' שטארק שליט"א - ב"פ, ר"מ בישיבה קטנה סניף נזר התורה.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' מענדל ביטמאן הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' מנחם האפפער הי"ו - ק"י,
לוי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי"ו,
שלשי: החתן ב"ר הלל ראזענפעלד הי"ו,
רביעי: החתן בהר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
חמישי: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
שישי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: ר' חיים זאנוויל קויפמאן הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הוספה: ר' יחזקאל שרגא בלייך הי"ו, דער רב האט קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
אחרון: הרה"ח ר' עקיבא צבי קליין הי"ו - חבר הנהלת המתיבתא ק"י,
מפטיר: הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:55, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 122
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ח׳ אדר תשפ״ו · Feb 25, 2026 · 10:43 PM
#2631
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת תרומה =

דאנערשטאג פארנאכטס ארום 6:10 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת מנחה, און דערנאך תפילת מעריב בזמן רבינו תם בביהמ"ד הגדול.

פרייטאג אינדערפרי ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אין חדר א' בביהמ"ד הגדול.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 147
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · ו׳ אדר תשפ״ו · Feb 23, 2026 · 4:27 PM
#2629
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תרומה - ב' דר"ח אדר =

אינדערפרי ארום 9:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור ג' סניף עסק התורה - מאנסי, בהנהלת הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.

דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש קודש,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדר פרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין.

דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לכבוד ראש חודש,
דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים לכבוד חודש אדר,
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א - מנהל, און הר"ר ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט"א - ר"מ בישיבה.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן מנהל און די מגידי שיעור און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רב האט משמיע געווען שטארקע דברי התחזקות פאר די בחורים ארויסברענגנדיג די רואיגקייט פון די יארן ווען מען קען לערנען תורה און דינען דעם באשעפער מיט א רואיגקייט און אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה אויף דעם אופן,
דערנאך האט דער רב מאריך געווען מיט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא פאר א לענגערע צייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים.

מען האט ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגונים לכבוד היום, און דער רב האט א צווייטע מאל משמיע געווען טרעפליכע ווערטער אויף די פסוקי הפרשה משולב מיט עניני ראש חודש, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
ארום 12:50 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.

דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חזקי' פייוול שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא פייוול גאלד הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין סיגעיט וואו דער רב האט מנחם אבל געווען גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה - ק"י שליט"א און די אנדערע קינדער היושבים ע"פ אמם הרבנית הצדיקת מסיגעיט ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די קינדער און דער רב האט מנחם געװען די אבלים.

פון דארט איז דער רב צוגעפארן קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר אשר אנשיל גריססגאט שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי, עב"ג הכלה בת הר"ר יוסף יושע בר"מ גאלדבערגער שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון כרם מנחם,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין שטאט,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה אלי' גראס הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יוסף אלי' אפפענהיים הי"ו, וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חזקי' פייוול שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא פייוול גאלד הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר דוד ישעי' פישער הי"ו עב"ג הכלה בת העסקן מוה"ר משה שלמה מארגערעטן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון כתר ריזל, דערביי האט זיך דער רב באגריסט מיט ש"ב הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר יששכר קאהן הי"ו און מוה"ר יושע וואלף עסטרייכער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 175
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ב׳ אדר תשפ״ו · Feb 19, 2026 · 7:06 PM
#2627
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תרומה - א' דר"ח אדר =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

אום 2:55 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול חדר יחיאל מיכל וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די קרוב צו דרייסיג גבאים פון 'חבורת קדושת יום טוב' וואס איז נתייסד געווארן און ווערט אנגעפירט דורכ'ן רב שליט"א.

דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח פון די גבאים וועלכע געבן זיך אפ מיט די עבודת הק' ארויסצוהעלפן די תלמידי הישיבות זיך צו קענען גרייטן צו א שבת און א יום טוב מיט די ריכטיגע הכנה, דערביי האט זיך דער רב שטארק באדאנקט פאר די גבאים און געגעבן חיזוק אנצוגיין אויף ווייטער ביתר שאת,
דערנאך האט דער רב אויסגעשמועסט די פלענער אויף די קומענדיגע צוויי חדשים זיך גרייטנדיג צום געהויבענעם שבת אמור הבעל"ט וואו די בחורים וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א פריוואטן שבת התאחדות בהרי הקעטסקילס אינאיינעם מיט'ן מייסד וראש החבורה דער רב שליט"א.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די גבאי החבורה,
מען האט געענדיגט ארום 3:35 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל.

שפעטער אויפדערנאכט איז הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א - אב"ד נייטרא וומ"ס אנגעקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב שליט"א צו לאדענען דעם רב צום חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אין די יחוס פון די משפחות און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אבי החתן נייטרא רב און זיך געזעגנט ברוב ידידות.

אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר יוסף לויפער שליט"א בן הגה"צ ר' בעריש זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קיוויאשד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 237
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ב׳ אדר תשפ״ו · Feb 19, 2026 · 3:39 PM
#2626
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים זיך באגריסן מיט ש"ב הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א נעכטן אויפדערנאכט ביים חתונה פון בת העסקן הרה"ח ר' משה מארגארעטן הי"ו.
~🌴~
👁 205
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ אדר תשפ״ו · Feb 18, 2026 · 5:31 PM
#2625
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תרומה - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע =

אינדערפרי ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.

דער רב איז אריין בחדרו לייגן טו"ת,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען האט דער רב געצינדן פינעף לעכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל ההילולא,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15 און דער רב איז אריין בחדרו לייגן תפילין דר"ת.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומא דהילולא קדישא,
דער רב האט געמאכט א לחיים און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען עטליכע בחורים מיט דברי תורה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפ'ן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און מעורר געווען די בחורים איבער די ערנסקייט פון די צייט אינדערפרי איידער תפילת שחרית, און ארויסגעברענגט אז עס איז א צייט וואס מען דארף אויסניצן אויף לימוד התורה,
דערנאך האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע פארציילנדיג עובדות וסיפורים פאר א לענגערע צייט און בפרט איבער זיין קשר מיט'ן הייליגן דברי חיים זי"ע,
דערנאך האט דער רב ממשיך געווען בדברי הכנה אויף חודש אדר, און מעורר געווען די בחורים אז מ'זאל זעהן צו לערנען מער תורה חודש אדר, וואס 'אין שמחה כשמחת התורה', און דערנאך אויפגעפאדערט פון די בחורים אז מען זאל זיך אינטערנעמען קבלות טובות בלימוד התורה פון יעצט ביז דעם גרויסן יום טוב פורים הבעל"ט, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

ארום 6:15 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב אין חדר יעקב מרדכי בביהמ"ד הגדול אין ק"י,
שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שמואל שמעלקא קרויס הי"ו און מוה"ר סענדער גרשון ווייס הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון בעדפארד פאראדייס, דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר משה שלמה קאליש הי"ו - מאנסי און מוה"ר מרדכי רובין הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון כתר צבי,
און ביים וואכנאכט לבן הנולד אצל מוה"ר יושע פריעדמאן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין שטוב פון זיין שווער מוה"ר יעקב גראס הי"ו.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 197
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ אדר תשפ״ו · Feb 18, 2026 · 5:31 PM
#2624
🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תרומה =

אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ה ע"א - ל"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס ארום 6:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' מיכל סקולע שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל סיום ימי השובבי"ם ולרגל יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע.

דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר אלע מרביצי תורה און תלמידי הישיבה.

דער רב האט דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי התחזקות לרגל סיום ימי השובבי"ם און דברי הכנה צום גרויסן יום טוב פורים הבעל"ט, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב פארטיילט פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערנט מערערע שעות רציפות לקראת די חתונה הגדולה פארגאנגענעם חודש כסליו העעל"ט, פון די שמן זית וואס מרן רבינו שליט"א האט מפריש געווען תרומות ומעשרות בעת די געהויבענע מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענעם חודש כסליו העעל"ט.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פאלאטשעק הי"ו, און פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל רובין הי"ו וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר משה נתן קטינא הי"ו און מוה"ר הלל אלימלך שפיטצער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון לומענענס, און דער רב האט געליינט תנאים.

דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י ווי דער רב האט זיך אויפגעהאלטן איבער נאכט.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 152
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ אדר תשפ״ו · Feb 18, 2026 · 5:30 PM
#2623
= רעוא דרעוין =

ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ברוך זונדל גליק הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יואל מרדכי פיש הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יהושע שפיטצער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'על כל דבר פשע, על שור על חמור על שה על שלמה, על כל אבידה אשר יאמר כי הוא זה, עד האלקים יבא דבר שניהם, אשר ירשיעון אלקים ישלם שנים לרעהו' און אזוי אויך געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקים און די מדרשים פון פרשת שקלים.

דער רב האט אויסגעטייטשט דעם פסוק אויך דריי מהלכים, ביים ערשטן מהלך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם מצוה פון צדקה און ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט זאגן אז דער אויבערשטער האט באשערט אז יענער האט נישט קיין געלט און אז איך האב יא געלט, און ממילא דארף איך נישט געבן גיין צדקה.

דער רב איז אריבער צום נושא פון אחדות וואס ווערט שטארק גענוצט אין די פרשה פון שקלים אלץ א טעם פארוואס מ'האט נאר געגעבן א האלבע שקל, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט גוט מיט יעדעם.

דערביי האט דער רב ארומגערעדט איבער פרעמדע משפיעים ארויסברענגענדיג אז מען דארף וויסן ווען מ'איז מקבל פון איינעם צו יענער האלט ווי אונזערע רבי'ס און עלטערן, און אויב דער משפיע האלט נישט צ.ב. אז אריינגיין אין כנסת איז יהרג ואל יעבור טאר מען נישט מקבל זיין פון יענעם, אפי' ס'איז דא אן ענין פון אחדות.

לויט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט דעם ירושלמי ביים פרשה פון שקלים אז 'כל דעבר בימא יתן' אז אזויווי ביים ים סוף זעהט מען אין די מדרשים אז יעדע שבט איז אריבער אין אן עקסטערע וועג אדער אפי' יעדע איד אין אן עקסטערע וועג, די זעלבע זאל מען וויסן ביים מחצית השקל אז אפי' עס ווייזט אויף אחדות דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט א פשט אין מדרש אין פרשת בלק 'מה שור מנגח בקרנוהי כך ישראל מנגחין בתפילתן' אז פשט איז אז פונקט אזויווי ביי קרן צאלט מען חצי נזק די זעלבע זאך איז תפילה עושה מחצה, און דערביי מחדש געווען אז אזויווי ביי קרן ווערט מען א מועד נאך דריי מאל און מ'צאלט נזק שלם ביים פערטן מאל אזוי אויך ביי תפילה ווען מ'דאווענט פיר תפילות א טאג ווי למשל שבת פועל'ט די תפילה אלעס.

און דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן א לענגערע צייט איבער תפילה בכוונה און ארויסגעברענגט אז מען דארף אינזין האבן וואס מ'רעדט, דער רב האט מעורר געווען און אויפגעפאדערט אז יעדער זאל זעהן זיך מקבל צו זיין אין דעם ענין און זיך פארבעסערן וויפיל מ'קען, און כאטשיג די ברכות ביי שמונה עשרה וואס איז מעכב כוונה זאל מען זען אינזין צו האבן, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יצחק קארפן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' משה יהושע שפילמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= מוצאי שבת קודש =

ארום 10:25 איז דער רב אנגעקומען בבנין ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר די בחורים פון חבורת הלכות שבת תלמידי ישיבה קטנה סניף מבצר התורה בהנהלת הרה"ג ר' נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א.

דער רב האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען א דרשת התחזקות לרגל סיום ימי השובבי"ם און דברי הכנה צום גרויסן יום טוב פורים הבעל"ט,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים אינעם חבורה וואס לערנען הלכות שבת און דער רב האט פארטיילט פרסים פאר די מצטיינים, אוןדערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 130
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ אדר תשפ״ו · Feb 18, 2026 · 5:30 PM
#2622
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת משפטים - שבת שקלים - שבת מברכים חודש אדר =

ערש"ק ארום 6:00 נאכמיטאג איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבל"ש איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל אהרן גראסבערג הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =

ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הר"ר יחיאל מיכל ניימאן שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף היכל התורה,
און דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויפן פסוק 'וברך את לחמיך ואת מימיך' און עס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הר"ר גבריאל געשטעטנער שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
ויהיו רחמיך: הר"ר גבריאל יהודה אילאוויטש שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף באר התורה,
דערנאך האט דער רב מכבד געווען הגה"צ ר' מיכל יהודה ראזענבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד נעשכיז, מיטן פיוט 'אור פניך' לכבוד שבת שקלים,
מען האט איבערגעזינגען דעם פיוט עטליכע מאל בעת ווען דער רב האט מוריד דמעות געווען בבכיות עצומות ובהשתפכות הנפש, און דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד שבת שקלים,
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א - מרבני כוללינו ב"פ.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט דער רב דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק מרן הקדושת יום טוב זי"ע וועלכע די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן מאנטאג - כ"ט שבט.

דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר וואלף ב"ר יואל מיטטלמאן הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן פאר'ן בעל שמחה,
אז ביום השביעי: הר"ר משה אביגדור עקשטיין שליט"א,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:10, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =

ארום 9:15 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו,
דער רב איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות,
דער רב האט פארגעזאגט הכל יודוך פסוק בפסוק כנהוג,
ביי חזרת הש"ץ האט מען געזאגט די יוצרות און פיוטים און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: בנו הרה"ג ר' יואל שליט"א,
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' ישעי' גראס הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יואל ב"ר יהושע ווערצבערגער הי"ו,
שלשי: הרה"ח ר' אברהם גוטמאן הי"ו,
רביעי: הרה"ח ר' יהושע פריעדמאן הי"ו,
חמישי: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו,
שישי: הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים,
שביעי: הרה"ח ר' וואלף ב"ר יואל מיטטלמאן הי"ו,
אחרון: הרה"ח ר' אברהם שפילמאן הי"ו, דער רב האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם,
מפטיר - שקלים: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
דער רב האט געזאגט דעם לשם יחוד און געליינט די קריאה פון שקלים בהתעוררות רב.

נאכן ליינען האט דער רב ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות,
צו מוסף איז דער רב צוגעגאנגען לכבוד שבת שקלים און פארגעדאווענט מיט גרויס התלהבות,
נאך מוסף איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:35 און דער רב איז אהיים לביתו.
👁 196
🌴 בצל מורינו 🌴
מאנטאג · כ״ט שבט תשפ״ו · Feb 16, 2026 · 3:10 PM
#2617
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך דער אבי החתן הגה"צ אב"ד פינטשוב שליט"א, פארגאנגענעם מיטוואך יתרו אויפדערנאכט בביהמ"ד דאמבראווא אין בארא פארק.
~🌴~
👁 240
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ח שבט תשפ״ו · Feb 15, 2026 · 9:27 PM
#2615
🌴בצל מורינו🌴
= פרייטאג פרשת משפטים =

אום 6:00 פארטאגס איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשות רחמים ואמירת כל ספר תהלים" לרגל סיום ימי השובבי"ם, בהשתתפות הונדערטער אנשי שלומינו זקנים עם נערים,
דער רב האט געזאגט ספר תהלים בהתעוררות רב ובהשתפכות הנפש,
בע"ת: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 7:55.

ארום 8:30 האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית ברוב עם בהיכל ביהמ"ד הגדול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום ימי השובבי"ם בהיכל ביהמ"ד,
דער רב האט געמאכט א לחיים און געוואונטשן לכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז די ימי השובבי"ם קומט אויס איידערן יום טוב פורים, ווייל אן תשובה ותיקון המעשים קען מען נישט זוכה זיין צו אזא דערהויבענעם טאג,
און דערנאך האט דער רב באזונדער אויסגעשמועסט אז די בחורים וואס לערנען קדושת לוי אלס א הכנה אזוי ווי די טאטע זאל זיין געזונט האט אויפגעפאדערט, אזוי אויך די בחורים פון חבורת קדושת יום טוב וועלכע גרייטן זיך צו א יום טוב מיט אן עקסטערע הכנה, אזעלכע בחורים האבן א דערהויבענעם און העכערן יום טוב,
און דער רב מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די מרביצי תורה און פאר די בחורים.

דערנאך האט דער רב פארטיילט פרסים פאר די אלע בחורים וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים סדר הלימוד און דערנאך ביי אמירת תהלים,
מען האט געענדיגט ארום 10:15.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 234
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · כ״ח שבט תשפ״ו · Feb 15, 2026 · 9:27 PM
#2614
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת משפטים =

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים שבע ברכות פון החתן בן מוה"ר יודא ברילל הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר עזריאל שווארץ הי"ו - מאנסי וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון הדר ריזל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר דוד לייב שווארץ הי"ו און הר"ר יואל הערש קאהן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק', וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון לומענענס, און דער רב האט געליינט תנאים.

א גוטע נאכט.
~🌴~
👁 212
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״ו שבט תשפ״ו · Feb 13, 2026 · 9:34 AM
#2613
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת משפטים =

אינדערפרי ארום 6:50 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט מיט א חברותא בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.

ארום 6:15 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפלת מנחה אין חדר ד' און דערנאך ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפלת מעריב אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.

אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אויף א מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אין די נייע לאקאל פון כולל חבת ירושלים אין שטאט,
דער רב האט געמאכט א לחיים און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער אלעס ארום דעם כולל מיטן מנהל הכולל הגה"צ מדאמבראווא שליט"א, און הגה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה דקהלתינו הק' ב"פ, און די אנדערע רבני הכולל, און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר חיים יעקב זופניק הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 229