🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · א׳ אדר תשפ״ו · Feb 18, 2026 · 5:30 PM
#2623
= רעוא דרעוין =

ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' ברוך זונדל גליק הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' גדלי' אפפעל הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יואל מרדכי פיש הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם יהושע שפיטצער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'על כל דבר פשע, על שור על חמור על שה על שלמה, על כל אבידה אשר יאמר כי הוא זה, עד האלקים יבא דבר שניהם, אשר ירשיעון אלקים ישלם שנים לרעהו' און אזוי אויך געפרעגט פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקים און די מדרשים פון פרשת שקלים.

דער רב האט אויסגעטייטשט דעם פסוק אויך דריי מהלכים, ביים ערשטן מהלך האט דער רב ארומגערעדט איבער דעם מצוה פון צדקה און ארויסגעברענגט אז מען טאר נישט זאגן אז דער אויבערשטער האט באשערט אז יענער האט נישט קיין געלט און אז איך האב יא געלט, און ממילא דארף איך נישט געבן גיין צדקה.

דער רב איז אריבער צום נושא פון אחדות וואס ווערט שטארק גענוצט אין די פרשה פון שקלים אלץ א טעם פארוואס מ'האט נאר געגעבן א האלבע שקל, און דער רב האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט גוט מיט יעדעם.

דערביי האט דער רב ארומגערעדט איבער פרעמדע משפיעים ארויסברענגענדיג אז מען דארף וויסן ווען מ'איז מקבל פון איינעם צו יענער האלט ווי אונזערע רבי'ס און עלטערן, און אויב דער משפיע האלט נישט צ.ב. אז אריינגיין אין כנסת איז יהרג ואל יעבור טאר מען נישט מקבל זיין פון יענעם, אפי' ס'איז דא אן ענין פון אחדות.

לויט דעם האט דער רב אויסגעטייטשט דעם ירושלמי ביים פרשה פון שקלים אז 'כל דעבר בימא יתן' אז אזויווי ביים ים סוף זעהט מען אין די מדרשים אז יעדע שבט איז אריבער אין אן עקסטערע וועג אדער אפי' יעדע איד אין אן עקסטערע וועג, די זעלבע זאל מען וויסן ביים מחצית השקל אז אפי' עס ווייזט אויף אחדות דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס.

דערנאך האט דער רב נאכגעזאגט א פשט אין מדרש אין פרשת בלק 'מה שור מנגח בקרנוהי כך ישראל מנגחין בתפילתן' אז פשט איז אז פונקט אזויווי ביי קרן צאלט מען חצי נזק די זעלבע זאך איז תפילה עושה מחצה, און דערביי מחדש געווען אז אזויווי ביי קרן ווערט מען א מועד נאך דריי מאל און מ'צאלט נזק שלם ביים פערטן מאל אזוי אויך ביי תפילה ווען מ'דאווענט פיר תפילות א טאג ווי למשל שבת פועל'ט די תפילה אלעס.

און דער רב האט ממשיך געווען ארומצורעדן א לענגערע צייט איבער תפילה בכוונה און ארויסגעברענגט אז מען דארף אינזין האבן וואס מ'רעדט, דער רב האט מעורר געווען און אויפגעפאדערט אז יעדער זאל זעהן זיך מקבל צו זיין אין דעם ענין און זיך פארבעסערן וויפיל מ'קען, און כאטשיג די ברכות ביי שמונה עשרה וואס איז מעכב כוונה זאל מען זען אינזין צו האבן, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יעקב יצחק קארפן הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' משה יהושע שפילמאן הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

מען האט געדאווענט תפילת מעריב, און דערנאך איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= מוצאי שבת קודש =

ארום 10:25 איז דער רב אנגעקומען בבנין ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מלוה מלכה פאר די בחורים פון חבורת הלכות שבת תלמידי ישיבה קטנה סניף מבצר התורה בהנהלת הרה"ג ר' נתן נטע מאשקאוויטש שליט"א.

דער רב האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען א דרשת התחזקות לרגל סיום ימי השובבי"ם און דברי הכנה צום גרויסן יום טוב פורים הבעל"ט,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים אינעם חבורה וואס לערנען הלכות שבת און דער רב האט פארטיילט פרסים פאר די מצטיינים, אוןדערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 130