🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ב אדר תשפ״ו · Mar 11, 2026 · 11:20 AM
#2702
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ נעכטן דינסטאג נאכמיטאג בהיכל הכולל בביהמ"ד הגדול אין וומ"ס
~🌴~
👁 143
🌴 בצל מורינו 🌴
זונטאג · י״ט אדר תשפ״ו · Mar 8, 2026 · 9:49 PM
#2683
0:11 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:04 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ אב"ד נייטרא וומ"ס שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט"א - ר"מ בישיבה קטנה סניף מבצר התורה, פארגאנגענעם מוצש"ק תרומה אין די זאלן פון פרדס צבי.
~🌴~
👁 192
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ו אדר תשפ״ו · Mar 4, 2026 · 11:09 PM
#2677
= רעוא דרעוין =

ארום 6:15 נאכמיטאג איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הרה"ח ר' יצחק קאהן הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו,
שלשי: הרה"ח ר' יונתן רובינשטיין הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב בערקאוויטש הי"ו.

נאך מנחה האט זיך דער רב געוואשן צו שלש סעודות,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רב אנגעהויבן די זמירות של"ס,
מיט אודה האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' קאפל שעהנברון הי"ו.

דערנאך האט דער רב געזאגט שלש סעודות תורה, דער רב האט זיך געשטעלט אויף פילע קושיות ודקדוקים אין די פסוקי הפרשה און אויסגעטייטשט אױף עטליכע מהלכים בדברי מוסר וחסידות,
דערנאך האט דער רב מאריך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם יום טוב פורים, דער רב האט מעורר געווען אז עס זאל נאר שפילן אינדערהיים ערליכע ניגונים, און אזוי אויך זאל מען זעהן נאר אריינצוברענגן אינדערהיים כשר'ע ליין מאטריאל, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל עזרא פריעדמאן הי"ו,
שושנת יעקב: הרה"ח ר' יואל ווערצבערגער הי"ו.

דערנאך האט דער רב געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חתנו הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק'.

צו תפילת מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
נאכן דאווענען איז דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך,
מען האט געענדיגט ארום 8:15, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
~🌴~
👁 190
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ו אדר תשפ״ו · Mar 4, 2026 · 11:09 PM
#2676
🌴בצל מורינו🌴
= שבת קודש פרשת תצוה - זכור =

ערש"ק ארום 6:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול און יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 7:45, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= התוועדות ליל שבת קודש =


ארום 10:15 איז דער רב אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג בבית מדרשינו הגדול צום התוועדות ליל שב"ק,
דער רב האט זיך באגריסט מיט'ן פורים רב הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו,
דער רב האט טועם געווען חלה און אנגעהויבן עטליכע ניגוני שבת, אזוי אויך האט מען געזינגען די ניגון חמול, כי אנו עמך, און נאך עטליכע ניגוני מלכות שמים וואס דער רב האט געזינגען מיט א קאך און ברען פאר א לענגערע צייט,
דער רב האט דערציילט עטליכע סיפורי צדיקים משולב בדברי תורה על פרשת השבוע.

מיט כל מקדש האט דער רב מכבד געווען הרה"ח ר' בנציון מנחם איצקאוויטש הי"ו,
דער רב נאכגעזאגט הערליכע ציצים ופרחים על פרשת השבוע בתוספת נופך משלו,
דער רב האט טועם געווען קוגל און מ'האט פארטיילט פאר'ן ציבור,
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור.

דער רב האט אנגעהויבן מנוחה ושמחה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה אויף די פסוקי ודוקדוקי הפרשה און עס אויס אויסגעטייטשט אויף עטליכע מהלכים בדרך דרוש.

מען האט אויפגעגעבן לעבער,
קה אכסוף: הר"ר חיים ארי' כהנא שליט"א,
ויהיו רחמיך: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען די פורים רב הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.

נאכ'ן בענטשן האט מען אויפגעגעבן פירות און דער רב האט פארטיילט פאר די פרישע חתנים,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך לרגל דעם שלום זכר לבן הנולד אצל מוה"ר שמואל לייב בערקאוויטש הי"ו און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל שמחה און פאר די זיידעס.

אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק דוד גרינוואלד הי"ו,
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן א גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

= וביום השבת קודש =


ארום 9:30 אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות,
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו און מען האט געזינגען ממקומך כנהוג.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
כהן: הרה"ח ר' אליעזר אבא פריעד הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו,
שלשי: החתן ב"ר חנני' יו"ט ליפא גראס הי"ו,
רביעי: החתן ב"ר יואל לאנדא הי"ו - ב"פ,
חמישי: החתן ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו,
שישי: הרה"ג ר' אלי' גראס שליט"א,
שביעי: הרה"ג ר' אברהם ווייס שליט"א - מפרעשבורג,
פורים רב הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו,
הגבה: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו,
מפטיר: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
דער רב האט געזאגט דעם לשם יחוד און געליינט די קריאה פון פרשת זכור מיט גרויס התעוררות,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלי' פאוועל הי"ו,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת,
מ'האט געענדיגט ארום 12:30, און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
👁 147
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · ט״ו אדר תשפ״ו · Mar 4, 2026 · 2:29 PM
#2657
0:22 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:19 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:14 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
0:17 · קוקט אויף טעלעגראם ↗
🌴בצל מורינו🌴
געהויבענע מאמענטן ביים סעודת משתה היין פורים נאכמיטאג ביי הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א בביהמ"ד הגדול אין וומ"ס.
~🌴~

https://t.me/Satmar_Williamsburg_Ruv
👁 153
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י׳ אדר תשפ״ו · Feb 27, 2026 · 4:38 PM
#2644
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג פרשת תצוה =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און געלייגט רבינו תם תפילין.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין ראם פון חבורת "באו באוריתא" שע"י יוצאי ישיבה קטנה סניף נזר התורה,
דער רב האט געמאכט א לחיים און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט מען געמאכט דעם הדרן און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ בשמחת התורה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי התחזקות פאר די בחורים המסיימים, דער רב האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם חבורה וואו מען לערנט און חזר'ט מסכת בנוסף צו די לימודי הישיבה, און מחזק געווען די בחורים צו גיין מחיל אל חיל פון איין מסכת צום צווייטן און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:10 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה.

ארום 11:25 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף היכל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יודל שטאלצבערג שליט"א,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד און משמיע געווען דברי הכנה צום געהויבענעם יום טוב פורים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פונעם טאג און די הכנה וואס פאדערט זיך בעפאר,
דערנאך האט דער רב ארויסגעברענגט די שטארקע סייעתא דשמיא וואס מען דארף האבן אין אזא טאג, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"מ לאקס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר לוי יצחק לעווי הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

אום 7:55 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד בנין בראך.

ארום 8:40 איז געקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב שליט"א האדמו"ר מראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א איינצולאדענען צום חתונה פון נכדתו הבכירה וועלכע קומט פאר קומענדיגן מאנטאג,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בספורי צדיקים און דער רב האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב און דערנאך ארויסבאגלייט.

שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל ברצ"א גראס הי"ו וועלכע אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יוסף מרדכי וויינבערגער הי"ו און מוה"ר יואל בר"ד ראזענבערג הי"ו, אין די זאל פון עדן לאנדא, און דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר ראובן ראטטער הי"ו - ק"י און מוה"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו - מנה"ר במוסדותנו הק', אין די זאל פון פרדס יואל, און דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר יואל בר"ה קאהן הי"ו און הר"ר יואל בר"י ראזענפעלד שליט"א, אין די זאל פון כתר צבי, און דער רב האט געליינט תנאים,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר שלמה גליק הי"ו און מוה"ר שמעון עוזר ווייס הי"ו, אין די זאל פון לומענענס,
און ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל בר"מ לאקס הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר לוי יצחק לעווי הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 167
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · י׳ אדר תשפ״ו · Feb 27, 2026 · 10:59 AM
#2640
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תצוה =

אינדערפרי ארום 8:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף מעיין התורה ב"פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. ב"פ שליט"א.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טו"ת,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רב האט געמאכט א לחיים און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער מנהל שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע דיבורים ארויסברענגנדיג די הערצה וואס די בחורים האבן פארן רב און ווי שטארק די בחורים האבן ארויסגעקוקט אויף דעם באזוך אין ישיבה.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה בפרשת השבוע משילוב מיט עובדות וסיפורים פון די פריערדיגע צדיקים
דער רב האט ארומגערעדט איבער די ערנסקייט פון די צייט פארן דאווענען, און די עבודה פון א בחור צו שטייגן בעבודת ה',
דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה צום געהויבענעם יום טוב פורים און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.

דערנאך ארום 11:20 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים קיין וומ"ס.

אויפדערנאכט האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר מנחם שמואל פראנקל הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר.

ארום 9:00 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר מנחם שמואל פראנקל הי"ו - ק"י עב"ג הכלה בת מוה"ר יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר אברהם יודא אינדיג הי"ו און מוה"ר יואל ברמ"מ רעטעק הי"ו, אין די זאלן פון אולם פרענקל, און דער רב האט געליינט תנאים.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 146
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ אדר תשפ״ו · Feb 26, 2026 · 3:09 PM
#2638
שפעטער אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג,
ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר חיים שלום ביקעל הי"ו און מוה"ר יחזקאל טעללער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת אסתר, דער רב האט געליינט תנאים,
און ביים שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' אהרן צבי שנעבאלג שליט"א - דומ"ץ טשערנאוויץ, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאוויץ וחתן הגה"צ ר' ברוך הורוויץ שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד אור החיים ק"י, בן הגה"צ אבד"ק ור"מ קהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד לאנצהוט זצ"ל, וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד טשערנאוויץ צוגעשטעלט דורך די קהילה לכבודו פונעם זיידע כ"ק אדמו"ר מ'טשערנאוויץ שליט"א.

אום 10:30 איז דער רב אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי משפחת הירש היושב שבעה ע"פ אחיהם/אביהם הרה"ח ר' חיים ישכר דוב הירש ע"ה,
דערנאך איז דער רב אריבער אויף ניחום אבלים ביי משפחת פאגעל היושבים ע"פ אביהם הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 188
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ אדר תשפ״ו · Feb 26, 2026 · 3:09 PM
#2637
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תצוה =

אינדערפרי ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף דרך התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפפענהיים שליט"א.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת.

דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה והכנה ליום טוב פורים, דער רב האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'ויקחו אליך שמן זית כתית למאור' און אריינגעטייטשט עטליכע פשטים אינעם פסוק,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען לענגערע דברי הכנה ליום טוב פורים און איבערגעגעבן דברי הדרכה פאר די בחורים וויאזוי זיך צו פירן אין אזא הייליגע טאג, דער רב האט ארומגערעדט ספעציעל איבער חסיד'ישע מלבושים און דערביי מעודד געווען די בחורים צו גיין מיט ווייסע זאקן במשך דעם יום טוב, און ארויסגעברענגט אז מען דארף האבן גרויסע סייעתא דשמיא לענגאויס דעם גאנצן טאג אז אלעס זאל גיין כשורה, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
מען האט געענדיגט ארום 11:30 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

ארום 4:45 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א,
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו דער רב האט געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די בחורים.

דערנאך איז פארגעקומען דעם וועכנטליכן שבת אחים בהיכל הביהמ"ד,
דער רב האט מכבד געווען עטליכע בחורים צו זאגן א דבר תורה,
מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה לכבוד פורים און נאך,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי תורה פאר די תלמידי הישיבה און ארויסגעברענגט דעם קשר און שייכות פונעם יום טוב פורים מיט פרשת תצוה און פרשת צו וואס קומט אויס יאר יערליך אין די וואך וואס מ'גרייט זיך צום געהויבענעם יום טוב,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די הכנה צום יום טוב און איבער די התנהגות אינעם יום טוב אליינס און ספעציפיש ארויסגעברענגט וויאזוי מ'זאל זיך פירן אין עניני לבוש און אין עניני נגינה און נאך, און דער רב האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.

ארום 7:10 אויפדערנאכט איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו עס איז פארגעקומען א מעמד לכבוד היום ז' אדר מיט די חברי 'חבורת קדושת יו"ט' תלמידי ישיבה לצעירים והישיבות קטנות דמוסדותינו הק' וויליאמסבורג,
צום ערשט האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די בחורים,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען א דרשה פאר די חשוב'ע בחורים,
דער רב האט ארומגערעדט בדברי הכנה וויאזוי א בחור אין די ישיבה יארן דארף זיך אויפפירן אום יו"ט פורים, און ארויסגעברענגט אז מ'זאל זיך נישט צוגרייטן צום גרויסן יום טוב מיט די זייטיגע זאכן און מיט נארישקייטן, נאר וויסן דעם אמת און מאכן דעם ריכטיגן הכנה מיטן לערנען חסיד'ישע ספרים און זיך צוגרייטן מיט אן ערנסטקייט, דערביי האט דער רב ארויסגעברענגט אז פורים דארף מען ספעציעל נזהר זיין אינעם רמ"א וואס זאגט 'ואל יבוש מפני המלעיגים עליו' און מ'זאל זיך האלטן שטארק ווען מ'ווייסט אז מ'טוט וואס איז ריכטיג, און אפי' ס'איז דא א מצוה פון חייב איניש לבסומי בפוריא דארף מען אבער געדענקען וואס מ'איז און וויאזוי זיך צו פירן,
דערנאך האט דער רב אויסגעשמועסט פאר א לענגערע צייט די נקודות אויף וואס מען וועט ארבעטן צוזאמען במשך די קומענדיגע וואכן אין ראם פון חבורת קדושת יום טוב, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
נאכ'ן מעמד איז דער רב ארויס פארענט פונעם בנין הישיבה און געמאכט קידוש לבנה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבות,
ארום 8:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה.
👁 126
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ט׳ אדר תשפ״ו · Feb 26, 2026 · 3:09 PM
#2636
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת תצוה =

אינדערפרי ארום 8:30 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף שביל התורה בהנהלת הרה"ג ר' יואל ניימאן שליט"א.

דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן טלית ותפילין,
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען שלישי,
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:15 און דער רב איז אריין בחדרו הפרטי לייגן תפילין דר"ת.

דערנאך ארום 11:30 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים לביתו אין ק"י.

נאכמיטאג ארום 6:10 האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א - ר"מ בישיבה לצעירים, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' עקיבא צבי קליין הי"ו - חבר הנהלת המתיבתא, אין די זאל פון גינת קליין.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 110