🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך פרשת תרומה - ב' דר"ח אדר =
אינדערפרי ארום 9:15 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה גדולה שיעור ג' סניף עסק התורה - מאנסי, בהנהלת הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
דער רב איז אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד און געדאווענט תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש קודש,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי,
נאכ'ן דאווענען איז דער רב אריין בחדר פרטי וואו דער רב האט געלייגט רבינו תם תפילין.
דערנאך איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד וואו עס איז פארגעקומען א סעודה לכבוד ראש חודש,
דער רב האט אנגעהויבן עטליכע ניגונים לכבוד חודש אדר,
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א - מנהל, און הר"ר ר' יעקב אלי' טורנהיים שליט"א - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן מנהל און די מגידי שיעור און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רב האט משמיע געווען שטארקע דברי התחזקות פאר די בחורים ארויסברענגנדיג די רואיגקייט פון די יארן ווען מען קען לערנען תורה און דינען דעם באשעפער מיט א רואיגקייט און אויסגעטייטשט די פסוקי הפרשה אויף דעם אופן,
דערנאך האט דער רב מאריך געווען מיט עובדות וסיפורים פונעם בעל ההילולא פאר א לענגערע צייט, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר אלע תלמידים.
מען האט ממשיך געווען מיט ווארעמע ניגונים לכבוד היום, און דער רב האט א צווייטע מאל משמיע געווען טרעפליכע ווערטער אויף די פסוקי הפרשה משולב מיט עניני ראש חודש, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב,
ארום 12:50 האט דער רב פארלאזט דעם בנין הישיבה אויפ'ן וועג אהיים קיין וויליאמסבורג.
אויפדערנאכט ביים זמן ר"ת האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב בביהמ"ד הגדול.
דער רב האט מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר חזקי' פייוול שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא פייוול גאלד הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין סיגעיט וואו דער רב האט מנחם אבל געווען גיסו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה - ק"י שליט"א און די אנדערע קינדער היושבים ע"פ אמם הרבנית הצדיקת מסיגעיט ע"ה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די קינדער און דער רב האט מנחם געװען די אבלים.
פון דארט איז דער רב צוגעפארן קיין בארא פארק וואו דער רב האט זיך באטייליגט ביים חתונה פון החתן בן הר"ר אשר אנשיל גריססגאט שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי, עב"ג הכלה בת הר"ר יוסף יושע בר"מ גאלדבערגער שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון כרם מנחם,
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג.
ביים אנקומען אין וויליאמסבורג האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין שטאט,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר משה אלי' גראס הי"ו, און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יוסף אלי' אפפענהיים הי"ו, וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר חזקי' פייוול שעהר הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר שרגא פייוול גאלד הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון אימפעריעל,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר דוד ישעי' פישער הי"ו עב"ג הכלה בת העסקן מוה"ר משה שלמה מארגערעטן הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון כתר ריזל, דערביי האט זיך דער רב באגריסט מיט ש"ב הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר מאיר יששכר קאהן הי"ו און מוה"ר יושע וואלף עסטרייכער הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון כתר צבי.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 175