🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · ב׳ אדר תשפ״ו · Feb 19, 2026 · 7:06 PM
#2627
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת תרומה - א' דר"ח אדר =

אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אנגעקומען אין ישיבה לצעירים וואו דער רב דינט אלס ראש ישיבה,
דער רב איז אריין בהיכל הביהמ"ד צום סדר אשמורת הבוקר און געלערנט בחברותא מיט צוויי תלמידי הישיבה בעת די בחורים קענען אנפרעגן שאלות אין די לימודים פון די צוויי חבורות אין גמרא און אין הלכה.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת שחרית בהיכל הישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאוונט מיט גרויס התעוררות,
ביים ליינען האט דער רב עולה געווען רביעי.

אום 2:55 נאכמיטאג איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול חדר יחיאל מיכל וואו עס איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די קרוב צו דרייסיג גבאים פון 'חבורת קדושת יום טוב' וואס איז נתייסד געווארן און ווערט אנגעפירט דורכ'ן רב שליט"א.

דער רב האט צום ערשט ארויסגעברענגט לשבח פון די גבאים וועלכע געבן זיך אפ מיט די עבודת הק' ארויסצוהעלפן די תלמידי הישיבות זיך צו קענען גרייטן צו א שבת און א יום טוב מיט די ריכטיגע הכנה, דערביי האט זיך דער רב שטארק באדאנקט פאר די גבאים און געגעבן חיזוק אנצוגיין אויף ווייטער ביתר שאת,
דערנאך האט דער רב אויסגעשמועסט די פלענער אויף די קומענדיגע צוויי חדשים זיך גרייטנדיג צום געהויבענעם שבת אמור הבעל"ט וואו די בחורים וועלן האבן די זכיה מיטצוהאלטן א פריוואטן שבת התאחדות בהרי הקעטסקילס אינאיינעם מיט'ן מייסד וראש החבורה דער רב שליט"א.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אינאיינעם מיט די גבאי החבורה,
מען האט געענדיגט ארום 3:35 און דער רב האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רב מסדר קידושין געווען ביים חופה פון החתן בן מוה"ר יואל כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל.

שפעטער אויפדערנאכט איז הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א - אב"ד נייטרא וומ"ס אנגעקומען אויף א באזוך בביתו פונעם רב שליט"א צו לאדענען דעם רב צום חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אין די יחוס פון די משפחות און דער רב האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן חתן און פאר אבי החתן נייטרא רב און זיך געזעגנט ברוב ידידות.

אום 9:45 האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אין חדר ד' בביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים חתונה פון החתן בן מוה"ר יואל כהנא הי"ו עב"ג הכלה בת מוה"ר יודל פאלקאוויטש הי"ו וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון קאנטינענטאל,
און ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן הר"ר יוסף לויפער שליט"א בן הגה"צ ר' בעריש זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קיוויאשד.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 237