🌴בצל מורינו🌴
= זונטאג פרשת תרומה =
אינדערפרי ארום 9:15 האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין חדר ב' בביהמ"ד הגדול.
ארום 11:35 איז דער רב אנגעקומען אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו הק' צום וועכנטליכן שיעור חזרה בחבורת יסודי התורה אינעם עזרת נשים שע"י הביהמ"ד,
דער רב האט פארגעלערנט מסכת בבא קמא דף ל"ה ע"א - ל"ז ע"א,
מ'האט געענדיגט ארום 1:00,
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין חדר שלמה חיים, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד.
פארנאכטס ארום 6:15 איז דער רב אנגעקומען אין ישיבה קטנה סניף אהבת התורה בהנהלת הרה"ג ר' מיכל סקולע שליט"א, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים לרגל סיום ימי השובבי"ם ולרגל יומא דהילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע.
דער רב האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר אלע מרביצי תורה און תלמידי הישיבה.
דער רב האט דערציילט עטליכע עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רב משמיע געווען דברי התחזקות לרגל סיום ימי השובבי"ם און דברי הכנה צום גרויסן יום טוב פורים הבעל"ט, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רב פארטיילט פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערנט מערערע שעות רציפות לקראת די חתונה הגדולה פארגאנגענעם חודש כסליו העעל"ט, פון די שמן זית וואס מרן רבינו שליט"א האט מפריש געווען תרומות ומעשרות בעת די געהויבענע מסע הקודש בארה"ק פארגאנגענעם חודש כסליו העעל"ט.
דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך פארלאזט דעם בנין הישיבה.
אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביי די שמחות פון אנ"ש אין וויליאמסבורג,
ביים בר מצוה פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל פאלאטשעק הי"ו, און פון הבחור הבר מצוה בן מוה"ר יואל רובין הי"ו וועלכע זענען פארגעקומען אין די זאלן פון אולם פרענקל,
און ביים תנאים פון די מחותנים מוה"ר משה נתן קטינא הי"ו און מוה"ר הלל אלימלך שפיטצער הי"ו, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל פון לומענענס, און דער רב האט געליינט תנאים.
דערנאך האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין ק"י ווי דער רב האט זיך אויפגעהאלטן איבער נאכט.
א גוטן טאג.
~🌴~

👁 152